אין אַן אַרטיקל, וואָס די אָפיציעלע עגיפּטישע צייטונג ״אַל אַהראַם״, האָט די וואָך פאַרעפנטלעכט וועגן מאיר דגן, הויפּט פון ישראל׳ס שפּיאָנאַזש-אַגענטור ״מוסד״, שרייבט די באַרימטע עגיפּטישע צייטונג, אַז ״איראַן באַווייזט נישט צו מאַכן פּראָגרעס אין אירע אַטאָמישע פּלענער, צוליב מאיר דגן, הויפּט פון ישראל׳ס ׳מוסד׳...״.
אין דעם אַרטיקל שרייבט דער עגיפּטישער צייטונגסמאַן אַשראַף אַבו-אַלהאָל, אַז ״מאיר דגן איז אַ ׳סופּערמאַן׳... אַדאַנק אים, דעם הויפּט פון ׳מוסד׳, באַווייזט נישט דער איראַנער אַטאָמישער פּראָגראַם צו דערהויבן זיך, צו ווערן אַ ווירקלעכקייט״.
אַבו אַלהאָל שרייבט אויך, אַז ״ווען נישט מאיר דגן, וואָלטן די איראַנישע נוקלעאַרע אַספּיראַציעס פאַרווירקלעכט געוואָרן נאָך מיט יאָרן צוריק. אָבער דער הויפּט פון ישראל׳ס ׳מוסד׳, וואָס אַ סך מענטשן ווייסן נישט זיין נאָמען, אַרבעט גאָר, גאָר ווייט פון די פּראָזשעקטאָרן און פון דער פּרעסע און ׳מידיאַ׳...״.
דער זשורנאַליסט, וועלכער ווערט באַטראַכט אַלס אַן עקספּערט אין זיכערקייטס-עניינים, שרייבט אין דעם אַרטיקל, צווישן אַנדערן, אַז ״דגן האָט באַוויזן אין די לעצטע יאָרן צו דערלאַנגען ווייטיקלעכע קלעפּ פאַרן איראַנער אַטאָמישן פּראָגראַם, און ער איז געווען איינער פון די פאַקטאָרן וואָס האָבן צוריקגעשטופּט דעם פּראָגראַם, און עס האָט נישט פּראָגרעסירט״.
״דער וואָס פאָלגט נאָך די אינערלעכע אַרענע אין ישראל, פאַרשטייט, אַז דער הויפּט פונעם ׳מוסד׳, וועלכער האָט אָנגעפאַנגען אַרבעטן אויף זיין אַמט אין סעפּטעמבער 2002, האָט באַוויזן דערגרייכונגען וואָס קיינער קען זיך נישט פאָרשטעלן – צי עס איז בנוגע איראַן, אָדער אויפן געביט פון באַגרעניצן די מיליטערישע קראַפט פון סיריע, ווי אויך אין די פאַרמעסטן אַנטקעגן ׳כיזבאַלאַ׳, ׳כאַמאַס׳ און דער ׳איסלאַמישער זשיהאַד׳...״.
ער שרייבט אויך, אַז דער באַשלוס פון פּרעמיער בנימין נתניהו צו פאַרלענגערן דעם טערמין פון מאיר דגן אַלס הויפּט פון ״מוסד״, איז בשעתו דערקלערט געוואָרן אַלס אַ שריט ״צו פאַרהיטן ישראל פון די דראָאונגען און געפאַרן וואָס שטיי ען קעגן איר, וואָס צוליב דעם דאַרף דער ׳מוסד׳-הויפּט פאָרזעצן אויף זיין הויכן אַמט״.
ער גיט-צו, אַז ״לויט אויסלענדישע קוואַלן, איז דער ׳מוסד׳, אין דער תקופה פון מאיר דגן, געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאַר אַ רייע דרייסטע און מוטיקע אָפּעראַציעס אין מיטעלן מזרח״. צווישן אַנדערן באַקומט דגן קרעדיט פאַר דעם אַטענטאַט אויף אימאַר מוראַניע, איינער פון די פירער פון ״כיזבאַללאַ״, אין פעברואַר 2008, ווי אויך פאַר דער אַטאַקע אויף אַ נוקלעאַרן רעאַקטאָר אין צפון סיריע, און דאָס אויפרייסן טראָקס וואָס האָבן געפירט וואָפן אין סודאַן, פאַר ״כיזבאַלאַ״ אין לבנון.
״די איראַנער ווייסן אויך זייער גוט ווער עס שטייט הינטער דעם אַטענטאַט אויף דעם איראַנער אַטאָמישן ספּעציאַליסט פאַרגאַנגענע וואָך. יעדער הויכער באַאַמטער אין איראַן ווייסט, אַז דער סוד פון דער אַקציע איז געווען איז ׳דגן׳...״, שרייבט דער עגיפּטישער זשורנאַליסט אין ״אַל אַהראַם״.
|