about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
חסידות גער פאַרן כלל ישראל
דער אונטערשיד צווישן חסידות קאָצק און גערער חסידות. – לכבוד ה׳ שבט, דער יאָרצייט פונעם ״שפת אמת״ זצ״ל, צווייטער רבי פון דער גערער חסידישער דינאַסטיע.
 
דער גערער רבי זצ״ל, הצדיק רבי אברהם מרדכי אַלטער זצ״ל, באַקאַנט אַלס דער בעל ״אמרי אמת״

• פון הרב שמחה עלברג ז״ל

דער גערער רבי זצ״ל, הצדיק רבי אברהם מרדכי אַלטער זצ״ל, באַקאַנט אַלס דער בעל ״אמרי אמת״, איז געווען דער, וואָס האָט אַריינגעבלאָזן אַ נשמה אין קערפּער פון פּוילישן אידנטום, אַ נשמה, וואָס האָט וויברירט ביז צו דער לעצטער מינוט פון חורבן אייראָפּע.
אין די לעצטע דרייסיק יאָר פאַרן היטלער-חורבן, איז טויזנט יאָר פּויליש אידנטום געוואָרן גייסטיק באַדראָט פון בייזע ווינטן, וואָס האָבן מיט אַ צעשטערנדיקער קראַפט זיך באַמיט צו פאַרניכטן די פעסט-איינגעפונדעוועטע פונדאַמענטן, אויף וועלכע טויזנט יאָר פּויליש אידנטום האָט זיך געבויט. די מאָדערנע ציוויליזאַציע האָט, מיט כישוף-מיטלען, באַהערשט אַ גרויסן טייל פון דער יוגנט, אַרויסרייסנדיק איר פון די בתי-מדרשים. דער זוהן האָט רעוואָלטירט קעגן דעם ״פאַנאַטישן״ טאַטן; די טאָכטער קעגן דער ״אַלטמאָדישער״ מאַמען, לויפנדיק זוכן גליקן אין פרעמדע גערטנער. פאַרשיידענע איזמען, ווי ציוניזם, בונדיזם, האָבן געריסן שטיקער פון אָרטאָדאָקסישן קערפּער. עס איז געווען אַ שטורם און דראַנג-עפּאָכע. די לופט איז געווען אָנגעפילט מיט רעוואָלוציאָנערע לאָזונגען.
דער ציוניזם האָט גערייצט די פאַנטאַזיע פון דער יוגנט. דער סאָציאַליסטישער געדאָנק האָט אָנגעהויבן אַריינדרינגען אין וואָס מער ברייטע קרייזן. די תורה-פעסטונג פון פּוילישן אידנטום, די חומות-הדת האָבן זיך אָנגעהויבן ברעכן. די אָרטאָדאָקסיע איז אַריין אין אַ טיפער פאַרצווייפלונג, געבראָכן זיך די הענט פון ווייטיק, צוזעענדיק איר כסדר׳דיקע ירידה. אין שטילע נעכט האָבן עלטערן, טאַטעס, מאַמעס, געוויינט, מיט הייסע טרערן, אויפן גורל פון זייערע קינדער, וועלכע ווערן אָפּגעריסן פון זייער שורש. דאָס היסטאָרישע, מסורה׳דיקע געשטאַלט פון טויזנט-יאָריקן פּוילישן אידנטום, האָט אָנגעהויבן באַקומען אַן אַנדער צורה, וואָס איז געווען פרעמד דער אידישער טראַדיציע.
וואָס טוט מען כדי צו ראַטעווען פּויליש אידנטום פון גייסטיקן אונטערגאַנג? – האָבן זיך פון אַלע זייטן געהערט קרעכצנדיקע שטימען. ווי אַזוי באַפרייט מען זיך פון די פרעמדע, פאַלשע אידעאָלאָגיעס, וואָס האָבן מיט צויבער פאַרכאַפּט די אידישע גאַס? פינצטער איז געווען אין אַ סך ווינקעלעך פון אידישן לעבן. שווערע, טונקעלע כמאַרעס האָבן פאַרדעקט דעם אידישן הימל, און מ׳האָט געזוכט כאָטש אַ שיין פון ליכט, וואָס זאָל פאַרטרייבן די פינצטערניש. פון טאָג צו טאָג איז די לאַגע געוואָרן ערגער, נישט געפינענדיק קיין קעגן-מיטל, וואָס זאָל צוימען דעם וועג פון די אַלע ״מחבלי הכרמים״, ביז עס האָט זיך דעמאָלט באַוויזן אַ מלאך-אלקים אין דער געשטאַלט פון גערער רבי׳ן זצ״ל, וועלכער האָט אָפּגעשטעלט די געפערלעכע מגיפה.
גער האָט געבראָכן די מויער פון פּאַסיוויטעט, וואָס האָט, אין יענער עפּאָכע, באַהערשט דאָס רעליגיעזע אידנטום. גער האָט איבערגעריסן מיט דער איינגעוואָרצלטער מורא פון פּראָבירן אויפטאָן עפּעס ״נייעס״. יעדער נייער עקספּערימענט האָט געשראָקן מיט טויזנט אויגן. יעדער נייער, נישט-אויסגעפּרואווטער מיטל האָט אָנגעוואָרפן אַ פּחד, ווייל ״חדש אסור מן התורה״. דאָס רעליגיעזע אידנטום האָט זיך הערמעטיש אָפּגעשלאָסן פון דער מאָדערנער אידישער וועלט. יעדער נייער עקספּערימענט צו ענדערן דעם מסורה׳דיקן וועג, אויף וועלכן היסטאָריש אידנטום האָט געשפּאַנט אין זיין לאַנגער, טראַדיציאָנעלער געשיכטע, איז באַטראַכט געוואָרן אַלס רעאַלע סכנה פאַר דער תורה-העגעמאָניע און איר השפּעה אויף דעם טראַדיציאָנעַלן לעבן פון אידישן פאָלק.
די אַלטע, טראַדיציאָנעלע אידישע וועלט האָט זיך שטענדיק אָפּגעשלאָסן אין געצוימטע דלת-אמות, און מורא געהאַט זיך צו באַנוצן מיט נייע מיטלען, אַפילו פאַר די הייליקסטע צוועקן. ״גער״ האָט געהאַט שוואונג און גלויבן, מוט און איבערצייגונג, און איז אַרויס מיט אַ רעוואָלוציאָנערער לאָזונג צו אָרגאַניזירן דעם ״מחנה לוי״ אין איין פאַראייניקטער אָרגאַניזאַציע. און אויב עס נויטיקן זיך פאַר דעם צוועק מאָדערנע כלים, אַ פּרעסע, אַ שולע פאַר מיידלעך (אין ״בית-יעקב״ געשטאַלט) איז אַ גרויסע מצוה דאָס צו שאַפן. און די דאָזיקע נייע ווענדונג האָט אָפּגעראַטעוועט אַ גרויסן טייל פון דער אידישער יוגנט פון די נעגל פון אַסימילאַציע. ״גער״ האָט אָפּגעראַטעוועט די גלאָריע פון טויזנט-יאָריקן פּוילישן אידנטום, און גלייכצייטיק פאַרזיכערט די צוקונפט פון אָרטאָדאָקסישן אידנטום איבער גאָר דער וועלט.
״גער״ איז נישט געבליבן אַליין. ״גער״ האָט געהאַט פּרעסטיזש, אויטאָריטעט און איינפלוס. אויף זיין רוף האָבן זיך באַלד אָפּגערופן די גרעסטע אדמורי״ם פון פּוילן, אין אַ גרויסער צאָל. ״גער״ האָט געלייגט דעם גרונטשטיין פאַרן אגודת-ישראל-בניין, און דערנאָך זיינען אויך געקומען אַנדערע, העלפנדיק צו פאַרשטאַרקן די אגודת-ישראל-אידייע. אַלע ליטווישע ראשי ישיבה – מיט דעם חפץ-חיים און רבי חיים עוזר זצ״ל, בראש, – האָבן געבענטשט די איניציאַטיווע פון גערער רבי׳ן, זעענדיק אין אגודת-ישראל אַ לייכט-טורם, אַ מאַגנעטישן כוח, וואָס וועט פאַראייניקן אַלע תורה-טרייע אידן אין איין ״חטיבה״, אין איין פאַראייניקטער גאַנצקייט.
וואָס שטעלט מיט זיך פאָר דער אייגנטלעכער מהות פון ״גער״?
תורה און חסידות אין איין האַרמאָנישער גאַנצקייט. ״גער״ האָט געלערנט, אַז די נשמה פון אַ איד דריקט זיך אויס אין חסידות ווי אין תורה, און אַז עס איז נישטאָ קיין חסידות אָן תורה, אין העכערן זין. פאַראַן צווייערליי מקוואות, אַ מקווה פון וואַסער און אַ מקווה פון תורה. די חז״ל זאָגן אונדז: ״כנחלים נטיו כגנות עלי נהר, מה נחלים מעלין את האדם מטומאה לטהרה, אף אהלים (בתי מדרשות, רש״י) מעלים את האדם מכף חובה לכף זכות״ (ברכות דף ט״ז עמוד א׳). פּונקט ווי אַ נחל – אַ טייך, רייניקט אַ מענטש פון טומאה, גייענדיק דאָרט טבילה, אַזוי רייניקט תורה דעם מענטש פון טומאה. זי נעמט פון אים אַוועק זיינע עבירות און ער ווערט אַ מענטש פון זכותים.
לערנט ״גער״, אַז אין צוויי מקוואות דאַרף אַ איד זיך טובל׳ען. פּונקט ווי אַ חסיד טובל׳ט זיך אין אַ מקווה פון פערציק סאה וואַסער, וואָס רייניקט אים פון אַלע טומאות, אַזוי דאַרף ער זיך טובל׳ן אין וואַסער פון תורה. ״הוי כל צמא לכו למים״ (ישעיה נ״ה, א׳). אַלע דורשטיקע, קומט נאָך וואַסער. וואָס באַדייט ״לכו למים״? מיט וועלכן וואַסער זאָל מען שטילן דעם דורשט? איז דער ענטפער: ״אין מים אלא תורה״. און אַזוי שרייבט דער רמב״ם: ״כיון שהסכים בלבו לפרוש מאותן העצות והביא נפשו במי הדעת טהור, הרי הוא אומר וזרקתי עליכם מים טהורים״ (רמב״ם, סוף הלכות מקוואות).
תורה איז אַ מקווה-טהרה, און ווען איז אַ מקווה מטהר? כדי אַ מקווה זאָל רייניקן דעם מענטש פון טומאה, מוז דער מענטש וואָס טובל׳ט זיך, אַריינגיין אין וואַסער מיטן גאַנצן קערפּער. אַלע זיינע איברים, פון די פיס ביז איבערן קאָפּ, מוזן זיך טונקען אין וואַסער. אַנדערש ווירקט נישט די מקווה צו מאַכן אים פון אַ טמא אַ טהור. און פּונקט אַזוי, אין זעלבן זין, איז די מקווה טהרה פון תורה. מיט אַלע זיינע חושים, מיט אַלע זיינע געדאַנקען, דארף דער מענטש זיך קאָנצענטרירן, כדי צו קענען געניסן פון תורה-קוואַל.
״גער״ האָט זיך באַוויזן אויף דער אַרענע פון חסידות מיט צוויי באזונדערע כוחות, מיטן יראה-כוח און גלייכצייטיק מיט אַ תורה-כוח, ווערנדיק צווישן זיך געבונדן אין איין ענגער האַרמאָניע. און ווען יראה ווערט אינספּירירט פון תורה, ווען יראה גייט צוזאַמען מיט גדלות-התורה, איז די יראה פון אַ גאָר אַנדערער מדרגה. זי איז אַ פיל טיפערע, אַ מער דויערהאַפטיקע, און זי ווערט איינגעזאַפּט אין מענטשנ׳ס בלוט. אין ראש-חודש בענטשן זאָגן מיר איין מאָל: ״חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא״, און גלייך, מיט עטלעכע שורות ווייטער, חזר׳ט מען איבער: ״חיים שתהא בנו אהבת תורה ויראת שמים״. אין פלוג איז די תפילה פאַר יראת שמים אַן איבער׳חזרונג, אַ דופּליקאַציע, צוויי מאָל צו בעטן די זעלבע תפילה.
זאָגט דערויף דער בריסקער רב, הגאון ר׳ יצחק זאב סאָלאָווייטשיק זצ״ל: די צווייטע תפילה איז ווייט נישט קיין ווידערהאָלונג פון דער ערשטער. די צווייטע תפילה, ״שתהא בנו אהבת תורה״, איז ווייט, ווייט נישט די זעלבע, ווייל ווען יראת שמים פליסט אַרויס פון אהבת תורה, איז דעמאָלט די יראה גאָר אַן אַנדערע, ווייט נישט גלייך צו דער יראה פון איד, וואָס איז נישט קיין פּראָדוקט פון אהבת התורה. ״ולא עם הארץ חסיד״ איז אַן אַנגענומענער אַקסיאָם. און ווער שמועסט נאָך אויב גדלות התורה איז די באַזע פאַר יראה, דעמאָלט לייכט די יראה מיט אַ סך אורות.
״גער״, פון דעם חידושי הרי״ם – דער עילוי פון פּוילישן אידנטום – וועמענס גאונות איז געווען אַ הקדמה צו זיין רביסטווע, און נאָך אים אַלע אַנדערע אדמורי״ם פון גער, האָבן אפערירט מיט די דאזיקע געוואלדיקע צוויי כוחות, מיט תורה ווי מיט יראה. ״גער״ איז תמיד געווען אַ באַלעבאָס אין ביידע וועלטן, אין דער וועלט פון חסידות און אין דער רייכער וועלט פון תורה, שפּאַצירנדיק אין תורה-גאָרטן צוזאַמען מיט די גרעסטע תורה-ריזן פון דור.
גער האָט נישט געקענט צוימען איר שטראָמענדיקן קוואַל פון ברענענדיקער יראה, פון וועלכן גאַנצע דורות האָבן געשעפּט פולע עמערס, דערקוויקנדיק מיט זייערע טראָפּנס דורשטיקע נשמות. האָט אָבער ״גער״ – די ״גער״ נאָכן חידושי הרי״ם, נאָך איידער ער האָט, אַלס חסיד פון קאָצק, אָנגעהויבן צו פירן זיין רביסטווע – אָט-די ״גער״ האָט פאַרמאָגט דעם כוח צו פאַרבלייבן אַ נסתר אין דער נגלה-וועלט.
פרעגט זיך: האָט די וועלט געוואוסט, אַז דער ״שפת אמת״ איז אַ גאון אין אַ גרויסן מאָסשטאַב, אַ גאון, אַן עמקן מיט אַן אייגנאַרטיקן דרך-הלימוד, געבויט אויף טיפער הבנה און עמקות? האָט מען ביים לעבן פונעם ״שפת אמת״ געוואוסט וואָסער גוואַלדיקן כוח החידוש דער ״שפת אמת״ באַזיצט? איך רעד נישט פון פרעמדע חסידים, נישט גערער, נאָר אַפילו נאָענטע חסידים זיינע האָבן נישט געוואוסט וועגן זיין גוואַלדיקער גדלות התורה. האָט ווער דעמאָלט געטראַכט, אַז דער ״שפת אמת״ שרייבט חידושים, וועלכע וועלן, מיט זיבעציק-אַכציק יאָר שפּעטער, נישט אַראָפּגיין פון די טישן אַפילו פון די ליטווישע ישיבות? פאַרוואָס? – ווייל זיינע חידושים זיינען געבויט אויף פעסטע, טיפע, הבנה׳דיקע יסודות. דער ״שפת אמת״ אויף חומש, ווי די ספרים ״שפת אמת״ אויף מועד און קדשים, זיינען פון די טיפסטע, אָריגינעלסטע ספרים.
דער ספר אויף חומש איז נישט אַ ספר בלויז צו קוקן, נאָר אַ ספר צו לערנען, איין מאָל און נאָך אַמאָל, ביז מען דרינגט אַריין אין זיין טיפן אינהאַלט, ווייל מיט בלויז אַ שטחיות׳דיקן בליק קען מען נישט פאַרשטיין דעם אינהאַלט, וואָס ליגט באַהאַלטן אין יעדן ״זאָג״, און נישט בלויז אין מחשבה. אַ סך פון זיי זיינען געבויט אויף קבלה׳דיקע באַזעס. אויך אין דעם איז דער ״שפת אמת״ געווען גרויס. נישט בלויז האָט ער אַרויסגערופן באַוואונדערונג און שטוינונג אין דער חסידישער וועלט מיט זיין ספּעציפישן מהר״ל-צוגאַנג, נאָר מיט זיין גאונות אין נגלה האָט ער אַרויסגערופן התפּעלות אויך אין דער לומדישער ליטווישער וועלט.
פּונקט ווי דער ״שפת אמת״ אויף חומש איז געשריבן מיט אַ לשון-קצרה-שפּראַך, און מען מוז, איין מאָל און נאָך אַמאָל, פאַרטראַכטן זיך טיף, טיף כדי צו פאַרשטיין זיין אמת׳ן מיין, אַזוי ווערט זיין יעדער חידוש אין הלכה אויסגעדריקט קורץ, אין געציילטע שורות, און טיילמאָל, אין געציילטע ווערטער. דאָס וואָס אַנדערע זאָגן אין גאַנצע, לאַנגע מערכות, זאָגט דער ״שפת אמת״ אין געציילטע שורות. ״לפיכך נקראו ראשונים סופרים, שהיו סופרים כל האותיות שבתורה״ (קידושין ל.). מיט דעם וואָרט: ״ראשון״-קלאַסיקער, ווערט באַצייכנט איינער וואָס היט יעדעס וואָרט און אות, יעדעס וואָרט דאַרף עפּעס אויסדריקן אַ געדאַנק. אַן איבריק וואָרט אין רמב״ם – האָט רבי חיים בריסקער אונדז געלערנט – נעמט אַוועק די שווערסטע קשיא. אַ צוגעגעבן וואָרט ברענגט אַריין אַ ניי ליכט אין פּשט פון דער הלכה. דער ״שפת אמת״ איז, מיט זיינע הויכע, קדושה׳דיקע מדרגות, דערגאַנגען צום סוד-הצמצום פון וואָרט. אָן סוד-הצמצום וואָלט נישט מעגלעך געווען די בריאה פון דער וועלט, ווי עס לערנט אונדז די קבלה. ״ובאתא קלילא״ – מיט אַ גרינגען בוכשטאַב, – האָט השם-יתברך באַשאַפן די וועלט. ״בהבראם ביום עשות ה׳ אלוקים ארץ ושמים״ (בראשית, ב׳, ד׳). ״בהבראם, ללמדך שעולם הזה נברא בה״א״ (רש״י, דאָרט). מיט איין-איינציקן אות האָט ג-ט באַשאַפן אַ גאַנצע וועלט. און מיט אַ צוגעלייגט וואָרט, אין די ראשונים, קען מען געפינען גוואַלדיקע חידושים. נישט אין איין אָרט אין זיינע ספרים איז דער ״שפת אמת״ מכוון צו די רייד פון די ראשונים, וועלכע ער האָט דעמאָלט פאַר זיך נישט געהאַט. אַז מען לערנט בקדושה וטהרה, דערגייט מען צו תורת אמת, און מען טרעפט זיך אויף איין וועג מיט די ראשונים.
גער האָט זיך געבויט אויף דעם אָרעאל פון ״קאָצק״. זי האָט געצויגן איר יניקה פון קאָצקער גרויס-השגה׳דיקייט. זי האָט איינגעזאַפּט אין זיך קאָצקער טיפקייט און זיך געשפּייזט מיט זיין געדאַנקען-גאַנג. אָבער גער איז באַלד, ביי אירע ערשטע טריט אַלס זעלבסשטענדיק חסידות, אין אַ געוויסער מאָס, אָפּגעטראָטן פון דעם שווערן, קאָמפּליצירטן קאָצקער וועג. זי האָט נישט גערעדט מיט דער ספּעציפישער, שאַרפזיניקער קאָצקער שפּראַך. אָבער זי האָט זייער און זייער געהיטן די קאָצקער קדושה׳דיקע יסודות. ״קאָצק״ איז טאַקע געווען דער פונדאַמענטאַלער יסוד פון גערער חסידות, אָבער זי, גער, האָט געענדערט, אין געוויסע פאַלן, די איבערנאַטירלעכע הנהגה פון ״קאָצק״, ווייל ס׳איז נישט אַזוי לייכט אַריינצוברענגען למעלה-מן-הטבע׳דיקע דרכים צווישן ברייטע מאַסן, און ״גער״ האָט געזוכט אַ וועג צו די ברייטע מאַסן, כדי זיי צו דערנענטערן צום חסידות-קוואַל.
״קאָצק״ איז געווען גרויס, למעלה מן השכל, העכער פון מענטשלעכע השגות. אָבער נאָר אויסדערוויילטע, די גרויסע צווישן זיינע תלמידים, האָבן אים פאַרשטאַנען און געקענט נאָכגיין זיינע טריט, פון אָנהויב ביז דעם סוף פון זיין התבודדות-לעבן. גער האָט געזוכט דעם גרויסן כלל-ישראל, אויך דעם טייל פאַר וועמען קאָצקער השגות זיינען געווען צו-הויך, ביי אַ טייל אומפאַרשטענדלעך, און דער ״שפת אמת״, ווי דער ״אמרי אמת״, האָבן אַפּעלירט סיי צו די אויבערשטע צען טויזנט ווי צו די ברייטסטע מאַסן חסידים.
די אַלזייטיקע גרויסקייט פון דעם בעל ״אמרי אמת״, זיין צדקות און גאונות, זיין חכמה און קלאָרער, טיפער שכל הישר, און הויפּטזעכלעך זיין קדושה׳דיק לעבן – דאָס אַלץ האָט באַווירקט ברייטע קרייזן, זיינע גוואַלדיקע, פּראַקטישע מעשים לטובת דעם כלל ישראל, וואָס האָבן גערעדט פאַר זיך און עדות געזאָגט אויף דער אחריות, וואָס ער טראָגט פאַר כלל ישראל. ער איז דעריבער געוואָרן דער רבי נישט בלויז פון זיינע צענדליקער טויזנטער חסידים, נאָר ער איז געקרוינט געוואָרן אַלס דער ״רבן של ישראל״, דער רבי פון פּוילישן אידנטום.
״גער״ איז געגאַנגען אויף אַן אייגענעם, אָריגינעלן וועג, און אָפט האָט מען בולט דערקענט דעם אונטערשיד. גער איז טיילמאָל געווען אַן אָפענער קאָנטראַסט צו ״קאָצק״, און צו קאָצקער הנהגה. ״גער״ האָט געהיטן דעם סדר, און ״קאָצק״ האָט נישט אָנערקענט קיין סדר.
״בשעה שהיה אברהם מהלך בארם נהרים ובארם נחור... כיון שהגיע לסולמה של צור, ראה אותן עוסקין בניכוש בשעת ניכוש, עידור בשעת העידור, אמר הלוואי יהא חלקי בארץ הזאת״ (מדרש רבה, לך, פרשה ל״ט, ח׳). אברהם אבינו, ווען ער איז צוגעקומען צום אָרט: ״סולמה של צור״, די גרענעץ פון ארץ-ישראל, איז ער באַצויבערט געוואָרן פון דעם וואָס ער האָט דאַרט געזען. און וואָס האָט ער דאַרט געזען, וואָס זאָל אַרויסרופן אין אים עקסטאַז, אַזש אויסצורופן מיט התלהבות: ״יהא חלקי בארץ הזאת״, בעטנדיק אַ הייסע תפילה, אַז ער זאָל זיך קענען דאָרט באַזעצן, ער זאָל זיך קענען דאָרט איינקוואַרטירן? וואָסער זעלטענע דערשיינונג האָט ער דארט דערזען? ענטפערן בעלי-מוסר: אברהם אבינו האָט דאָרט געזען סדר, און סדר איז אַ יסוד אין דער בריאה. ״ניכוש בשעת ניכוש״, מען גראָבט אין דער צייט ווען מען דאַרף גראָבן, מען אַקערט ווען מען דאַרף אַקערן, מען זייט ווען מען דאַרף זייען. זיין באַגייסטערונג פאַר ״סולמה של צור״ איז אַרויסגערופן געוואָרן פון ״בשעת״, פון דעם וואָס אַלץ ווערט דאָרט געטאָן אין דער באַשטימטער, פּאַסיקער צייט.
דער הייליקער ״חפץ חיים״ זאָגט: וואָס מיינט אַ מענטש אַ מתמיד? אַ מתמיד איז נישט דער וואָס לערנט טאָג און נאַכט, עסט נישט, שלאָפט נישט. אַזאַ איינער איז נישט קיין מתמיד. אַ מתמיד איז דער וואָס טוט אַלץ אין דער נויטיקער צייט. ער לערנט ווען מען דאַרף לערנען, און עסט און שלאָפט, ווען מען דאַרף שלאָפן און עסן. אַנדערש, היט ער נישט דעם סדר אין דער צייט, לערנענדיק אַ גאַנצן טאג, ער שלאָפט נישט לערנענדיק אַ גאַנצע נאַכט, אַזא סדר׳לאָזער סדר ברענגט צו ביטול תורה אויפן העכסטן גראַד. זייענדיק מיד פון נישט-שלאָפן, זייענדיק אָפּגעשוואַכט פון נישט-עסן, ברענגט אַזאַ הנהגה צו ביטול תורה פון אַ גאַנצן טאג, און אַמאָל פון גאַנצע וואָכן.
אברהם אבינו, זעענדיק סדר אין ארם-נהרים, האָט ער דעריבער, מיט התלהבות אויסגערופן: ״יהא חלקי בארץ הזאת״, ווייל וואו עס הערשט סדר, דאָרט ווירקט דער מעשה-בראשית-כוח פון געטלעכן באַשאַף (אַזוי האָט געזאָגט דער ״אַלטער״ פון סלאַבאָדקע).
חסידות, ווי די מוסר-פילאָזאָפיע, האָט אַוועקגעשטעלט סדר אַלס באַזיס פאַר דער פונדאַמענטאַלער עקזיסטענץ פון דער בריאה, ווי פון אַ מענטש. האָט ״קאָצק״, מיט זיינע ליכטיקע אויגן, געזען ווי דער ערדישער מענטש, מיט זיין סדר׳לאָזן סדר, צעברעכט דעם הימלישן סדר. האָט קאָצק דעריבער רעוואָלטירט קעגן געוויסע איינגעפונדעוועטע סדרים. קאָצק האָט, שטורעמדיק, רעוואָלוציאָנירט קעגן איינגעוואָרצלטן קאָנווענציאָנאַליזם, וואָס האָט איר שורש אין טיפן שקר. קאָצק האָט צעשמעטערט אַלע דיקע טויערן. אַ בריק געטאָן און צעבראָכן די פאַלשע סדרים, וואָס ברענגען מיט זיך כאַאָס און דיסהאַרמאָניע. וואָס איז דער מענטש? – האָט קאָצק געפרעגט – און געענטפערט: ״אַ שטיק בלאָטע״, האָט קאָצק געשטורעמט, און דער דאָזיקער בלאָטע-מענטש מאַכט סדרים, צייכנט-אָן קאנטורן און באַשטימט גרענעצן.
אָן תורה זיינען סדרים פּוסט, רויע סטיכיע, פון וועלכער דער מענטש דארף אַנטלויפן ווי פון אַ ברענדענדיקן פייער. וואָס האָט ״קאָצק״ געטאָן? ער איז מיט ביידע פיס, לעבעדיקערהייט, אַנטלאָפן פון אַזאַ וועלט. אַנטלאָפן און אָפּגעשלאָסן זיך אין אַ התבודדות-ווינקל, כדי צו זיין וואָס ווייניקער אַ מחותן מיט דער כאַאָטישער, צעווילדעוועטער וועלט.
״גער״ האָט צוריק איינגעפירט סדר אין דער חסידישער וועלט. ״גער״ האָט אָנגעטאָן חסידים זייגערלעך, אויפגעהאָנגען אין בית המדרש אַ וואַנט-זייגער, כדי צו וויסן גענוי די צייט און היטן איר מיט דער גענויסטער פּינקטלעכקייט, הייסנדיק די חסידים לעבן מיט אַזאַ שטרענגען קאָנטראָלירטן סדר. דאַוונען אין דער צייט, לערנען אין דער צייט, עסן אין דער צייט, ווייל דאָס נישט היטן די צייט מאַכט חרוב דעם מענטש, פיזיש ווי גייסטיק.
אין פּוילן, פאַרן חורבן, איז חסידות גער געוואַקסן. אַלע וועגן האָבן געפירט קיין גער. טויזנטער אידן האָבן געקלאַפּט אויף דער טיר פון גערער רבי׳ן. מער ווי איין-איינצלנע מינוט האָט ער יעדן פון זיינע חסידים נישט געקענט שענקן, ווייל דעם רוב פון טאג האָט ער עוסק געווען אין תורה, געלערנט בהתמדה און געשריבן חידושי תורה, נאָכפאָלגנדיק דעם דרך הלימוד פון דעם ״שפת אמת״. אין סדר פון גערער רבי׳ן זצ״ל איז אויך אַריין אגודת ישראל, פון גערער רבי׳ן איז נישט געבליבן אַ ספר אויף ש״ס. אַלע זיינע כתבי-יד זיינען פאַרניכטעט געוואָרן אין חורבן היטלער, אַחוץ די ״מכתבי תורה״, וואָס ווייזן בולט אויף זיין גאונות התורה. אָבער איין גרויס מאָנומענטאַל ווערק, איין גרויס הייליק ספר, וואָס ווערט געלערנט דורך אַ גרויסן טייל פון כלל-ישראל, האָט ער איבערגעלאָזט דאָס ספר רופט זיך ״אגודת ישראל״. אויב אגודת ישראל פאַרזיכערט מיט עולם-הבא די יעניקע וואָס נעמען אַן אָנטייל אין איר אַרבעט און זאָרגן פאַר איר אויפבוי, טאָ איז זיכער אגודת ישראל אַ ספר. וואָס דאַרף אָפּגעהיטן ווערן, אַז עס זאָל נישט פאַרשוועכט ווערן און קיין פרעמדע זאָלן זיך נישט אַריינכאַפּן אין איר היכל הקודש.
 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 22, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations