קאַפּיטעלעך אידיש (ג)
היתכן: ״די גאַס״ און... ״אויפן גאַס״?
ר׳ שמואל היילע (לאָנדאָן) ברענגט אַ קשיא וועגן געוויסע מיסטעריעזע ניט=אויסגעהאַלטנקייטן אינעם ליטווישן אידיש. ער אַליין רעדט אַ פּרעכטיק שיינעם אונגאַריש=פּוילישן אידיש. געדענקט=זשע, אַלע אמתע אידישן זיינען פּונקט אַזוי שיין אשה כאחותה.
כידוע זיינען אינעם סטאַנדאַרדן (ליטעראַרישן) אידיש פאַראַן דריי מינים: לשון זכר, לשון נקבה און נייטראַל (טומטום).
אויב ס׳איז אַ סוביעקט (״נאָמינאַטיוו״ בלשון בעלי=לשון), איז עס, אַשטייגער: דער אַלטער בוים שטייט (זכר); די אַלטע גאַס איז שיין (נקבה); דאָס אַלטע הויז איז ריין (טומטום).
אויב ס׳איז אַ דירעקטער אָביעקט פון אַ ווערב (״אַקוזאַטיוו״ בלשונם), ווערט איבערגעאַנדערשט בלויז דער זכר, בכבודו ובעצמו: איך זע דעם אַלטן בוים (״דער אַלטער״ בייט זיך אויף ״דעם אַלטן״), אָבער די אַנדערע צוויי מינים בלייבן כמות שהן: איך זע די אַלטע גאַס; איך זע דאָס אַלטע הויז.
נאָר וואָדען, אַז ס׳גייט אין אַן אָביעקט פון אַ פּרעפּאָזיציע (אַ מילת היחס, אַזעלכע ווערטער ווי: אויף, אונטער, איבער, אַרום, ביז, ביי, בנוגע, וואָס=שייך, לעבן, מכח, פון, צו וכדומה), דאַמאָלסט בייטן זיך אַלע דריי מינים כהלכתן: איך קוק אויף דעם (=אויפן) אַלטן בוים; איך קוק אויף דער שיינער גאַס; איך קוק אויף דעם (=אויפן) אַלטן הויז.
איז סימן=טוב (ביי קיין מזל=טוב האַלט עס נאָך ניט), מיר האָבן בתכלית הקיצור אָפּגעענדיקט, טאַקע מעשה ליטוואַק, מיט די עיקרים פון די דריי מינים אויפן סטאַנדאַרדן אידיש.
ווער עס הערט זיך אָבער גוט צו צו אַ ליטוואַק, ווייס אָבער זייער גוט אַז ביים ליטוואַק קען אַ וואָרט געהערן נאָר זכר אָדער נקבה (ניטאָ קיין טומטום: דער בוך, דער פאָלק, דער וואָרט; די הויז, די מיידל, די האַרץ).
איידער מיר גייען אָבער ווייטער דאַרף מען אָבער למען ה׳ קלאָר מאַכן, אַז אין הלכות דיקדוק של אידיש מיינט ליטוואַק ניט ״מתנגד״ (און אַפילו ניט עפּעס אַנדערש, אַשטייגער: ״שווערער איד״). עס איז אַ נאָמען פאַר די אַלע וואָס ריידן אויפן ליטווישן אידיש. דאָס איז נאַטירלעך כולל גאַנץ מלכות חב״ד און אַנדערע ליטוויש=חסידישע הויפן ווי למשל ריכטיקע סלאָנימער און קאַרלינער, און אַ סך פונעם ירושלימער ״אַלטן ישוב״, ניט שייך צי זיי זיינען חסידים צי מתנגדים. איז איינמאָל אַוועקעט.
והשנית: די אידישע שפּראַך ביי די נייע דורות און דורעלעך, כן ירבו, חרדים און חסידים מאַכט דורך גרויסע שינויים. ביי אַ סך קען מען באַמערקן אַז דער טומטום איז אויך פאַרשוואונדן געוואָרן אינען לשון הדיבור, ניט שייך צי מ׳איז אַפילו קיינמאָל לעבן קיין ליטוואַק (אָדער חב״דניק) ניט געשטאַנען בעולם המציאות (וועגן דעם עולם האצילות איז אַן אַנדער פראַגע לחלוטין). אָטאָ די פראַגע (וועגן דער אַנטוויקלונג פונעם חרדישן אידיש) איז אָבער שייך אַן אַנדער קאַפּיטעלע אידיש. היינט גייט עס אין דער פראַגע וועגן דעם אידיש פון די וואָס ריידן בפירוש אויף אַ ליטווישן אידיש.
דער נייטראַל=וויסנשאַפטלעכער טערמין פאַרן ליטווישן אידיש איז: צפון=מזרח אידיש (שייך צו שטחים וואָס געפינען זיך היינט אין ווייסרוסלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, צפון=מזרח פּוילן, מזרח אוקראַינע וכו׳). אויב ס׳גייען די רייד אין ענינים וואו מ׳שטעלט אַקעגן פון קאָנטראַסט=וועגן דעם ליטווישן נוסח לגבי אַלע אַנדערע, קען מען פון קיצור=און=פּשטות וועגן דעם דאָזיקן דיאַלעקט אָנרופן פּשוט ״צפון אידיש״. דאַמאָלסט גייען אַריין אין ״דרום אידיש״ אַלע ניט=ליטווישע דיאַלעקטן, די וואָס געהערן פּוילן, אונגאַרן וכו׳ (״צענטראַל=מזרח אידיש״) און די וואָס געהערן אוקראַינע, בעסאַראַביע, רומעניע וכו׳ (״דרום=מזרח אידיש״).
און איצטערטאָ, אַז מ׳האָט די רעמלעך פונעם ענין אויף אַזאַ מין אופן איינגערעמלט, קען מען סוף=כל=סוף צוקומען צו דער קשיא וואָס ס׳האָט אונדז פון לאָנדאָן הבירה צוגעשיקט ר׳ שמואל היילע נ״י, וואָס מיר קענען פּאַראַפראַזירן בזה הלשון: ווי קומט דאָס, וואָס אינעם תחום פון ליטווישן אידיש גופא טרעפט מען אַזעלכע ״ניט=אויסגעהאַלטנקייטן״ ווי אַשטייגער ״די גאַס״ (לשון נקבה), אָבער: נאָך אַ פּרעפּאָזיציע (דאַטיוו) פירט זיך עס אויפעט גאָר לשון=זכרדיק (אָדער, אויב נעמען די דרומדיקע דיאַלעקטן פאַר אַ מאָס: זכרדיק אָדער טומטומדיק): ניט ״אויף דער גאַס״ ווי ס׳וואָלט געפאָדערט די פאָרמעל=סטאַנדאַרדע גראַמאַטיק פאַר אַ ״ריכטיקער לשון-נקבה״.
מיט דער דאָזיקער פראַגע האָט זיך מיט אַ יאָר פופציק צוריק פאַרנומען דער גרויסער לינגוויסט אוריאל וויינרייך ז״ל. זיין אַרבעט, ״די ז י ב ן מינים אין אידיש״, האָט ער פאָרגעלייענט אויף אַ קאָנפערענץ אין שיקאַגאָ אין 1961. אַלע האָבן ״געוואוסט״ אַז אין סטאַנדאַרדטן אידיש, אַזוי ווי אין די דרומדיקע דיאַלעקטן, זיינען דאָ ד ר י י מינים (זכר, נקבה, טומטום), אין צפון אידיש צ ו ו י י (זכר און נקבה). איז וואָס זשע פאַראַ ז י ב ן?
אין די פּרטי פּרטים קענען מיר דאָ ניט אַריינגיין, אין היינטיקן ״קאַפּיטעלע אידיש״; וועלן מיר זיך באַנוגענען מיט איין גאַנג געדאַנקען וואָס איז דירעקט נוגע דער קשיא פון ר׳ שמואל היילע איש לאָנדאָן. דהיינו:
דער ליטווישער אידיש איז פּסיכאָלאָגיש=לאָגיש מ ב ח י ן צווישן ״אַן אמתן פעמינין״ (אַ זאַך וואָס איז טאַקע ווייבעריש דאָ אויף דער וועלט), און ״סתם אַ גראַמאַטישן פעמינין״ (אַ זאַך וואָס איז ניט דווקא פעמינין פּסיכאָלאָגיש=לאָגיש, נאָר בלויז על=פּי דיקדוק).
אַ ג אַ ס, למשל, איז בלויז גראַמאַטיש פעמינין (״די גאַס״ אין אַלע דיאַלעקטן). און על פּי דיקדוק וואָלט זיך ״די גאַס״ געדאַרפט בייטן אויף ״דער גאַס״ נאָך אַ פּרעפּאָזיציע. ביים ליטוואַק קען מען אָבער הערן ״אויפן גאַס״ (״אויפן״ איז אַ קיצור פון אויף+דעם, אַרויסגערעדט ״אַפן״ אין צפון און ״אָפן״ אָדער ״אָופן״ אין דרום). אַ ה אַ נ ט איז אויז פעמינין, גראַמאַטיש גערעדט, און אין ליטווישן אידיש קען מען הערן ווי אַזוי ״די רעכטע האַנט״ בייט זיך נאָך אַ פּרעפּאָזיציע ניט לויטן כלל (וואָס איז מכריע ״מיט דער רעכטער האַנט״), נאָר פאַרשיידן: ״מיט די רעכטע האַנט״ (אינגאַנצן ניט געבויגן) אָדער ״מיטן רעכטן האַנט״ (עלעהיי ״האַנט״ וואָלט געווען לשון זכר (געדענקענדיק אַז ביים ליטוואַק איז קיין טומטום בכלל ניטאָ).
האַנדלט זיך עס אָבער אין אַן א מ ת ן פעמינין, קען דאָס ניט טרעפן. ״די מאַמע שטייט״ בלייבט אין ליטווישן דיאַלעקט דאָס זעלביקע אויך נאָך אַ פּרעפּאָזיציע: ״איך גיי צו די מאַמע(ן)״, ניט חלילה ״איך גיי צום מאַמען״ (און אויך ניט ווי ס׳פאָדערט די סטאַנדאַרדע גראַמאַטיק: ״איך גיי צו דער מאַמען״). אַזוי אויך: ״איך גיי שפּאַצירן מיט די טאָכטער״, ניט חלילה ״מיטן טאָכטער״ (און אויך ניט ווי ס׳איז דער דין אין דער סטאַנדאַרדער ליטעראַרישער שפּראַך: ״מיט דער טאָכטער״).
וואָס איז דערפון געדרונגען? אונדזערע אַלע אידישע דיאַלעקטן האָבן זייער אינעווייניקסטן סדר, אַן אייגענע אויסגעהאַלטנקייט וואָס איז פאַראַנען אויף דער וואָר, ניט קוקנדיק צי מען האָט אין יעדן פאָל די שייכותדיקע שטריכן אויסגעפאָרשט כדבעי. און ביי היינטיקן טאָג, ווען ס׳ווערט שווערער צו טרעפן אידן פון אַ סך פאַר=מלחמהדיקע אידישע מקומות, איז עס אַ מעלה (און אַ תענוג) צו לערנען וועגן איטלעכן דיאַלעקט וואַסאַמאָל מער. לייגט ניט אָפּעט.
נייע ווערטער קענען אויך האָבן אַן אמתן אידישן חן
אונדזער לייענער יהושע מאַרקאָוויץ, וועלכער שטודירט יוריספּרודענץ אין לאָס אַנדזשעלעס, קאַליפאָרניע, גייט אויף אַ פרי=פרימאָרגנדיקן גמרא שיעור (אויף אידיש, פאַרשטייט זיך; וואָדען?). ער שרייבט, אַז ער האָט געהערט אין איינעם אַ פרימאָרגן ביים שיעור, ווי דער רב רעדט אַרום דעם ענין ״קידוש במקום סעודה״ און דערמאָנט אַ פאַל פון אַ בר=מצווה וואו עס איז ניט געווען קיין ברויט און מ׳האָט געוואָלט מאַכן קידוש. האָט דער רב אַרומגערעדט די פאַרשיידענע מיינונגען וועגן יוצא זיין אין אַזאַ פאַל, און צוגעגעבן: ״וואָלט פאָרט געווען אַ פּ אַ ט ע נ ט צו געפינען ערגעצוואו ברויט...״
דער מאָדערנער באַגריף ״פּאַטענט״ ווערט דאָ גענוצט, מיט אַן עכט=אידישן חן (און אַפילו אַ שמייכל=וואָס=אינעם=וואָרט גופא), אין דעם זין פון ״אַן עצה טובה״, ״אַ גוטער איינפאַל״, אָדער אַפילו אינעם זין פון: ״זאָגנדיק דעם אמת, וואָלט דאָס סאַמע בעסטע געווען....״
דער אופן אויף וועלכן אידיש איז ווען=ניט=ווען בכח אַפילו אַ ״נייעם״ וואָרט צו ״פאראידישן״ מיט אַלע זיבן חנען איז דאָך איינער פון די סימנים מובהקים פון דער שפּראַך.
״שמענדריק״ און ״שמערל״
ברענטאָן לונץ, וועלכער וואוינט אין מעלבורנער געגנט אין דער ווייט=ווייטער אויסטראַליע, פרעגט וועגן דעם אָפּשטאַם פון צוויי אידישע ווערטער: וועגן סלענג אויסדרוק ״שמענדריק״ און (להבדיל!) וועגן דעם אידישן נאָמען שמערל.
״שמענדריק״ האָט אַ סך באַדייטן, בתוכם (בסדר א״ב): טיפּש, לא=יוצלח, נאַר, ניט=דערבאַקענער, שוטה, שלימזל, וכדומה אַזעלכע לא=עלינודיקע כאַראַקטעריסטיקעס.
עס איז אָנגענומען אַז אָט דער גנאַי=וואָרט שטאַמט פונעם ווערק ״שמענדריק, אָדער די קאָמישע חתונה״. דאָס איז געווען אַן אָפּערעטע פון 1877, פונעם ״פאָטער פונעם אידישן טעאַטער״ אברהם גאָלדפאַדען, וואָס האָט גלייך מוצא חן געווען ביים עולם באַזוכער פון אידישן טעאַטער און איז דורות=לאַנג אויפסניי אויפגעפירט געוואָרן אויף דער בינע. אין גאָלדפאַדענס ״שמענדריק״ איז דער יונגער בחור וואָס הייסט ״שמענדריק״ בפירוש אַ שמענדריק; זיין מאַמע רעדט אים אַ שידוך. פאַרשטייט זיך אַז די קלוגע מיידל וויל ניט האָבן צו טאָן מיט שמענדריקן און זוכט נאָר ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען פונעם שידוך...
טשיקאַווע, דער שואל פרעגט אין זעלביקן בריוו וועגן דעם קאָמישן טערמין ״שמענדריק״ און דעם אמת=אידישן נאָמען ״שמערל״. אַ סברא, אַז דאָ האָט געווירקט די קלאַנגען קאָמבינאַציע ״שמ-״ וואָס איז צומאָל לגנאַי אָנהייב וואָרט אויף אידיש (שמאַטע, שמאָנצעס, שמאַלץ, שמאַרקאַטש וכו׳). וואָס אַן אמת, האָט זיך אידיש דאָ אַנטוויקלט אַ סיסטעמאַטישע ״גנאַי=איזירונג פּאַטענט״: מ׳חזרט איבער אַ וואָרט, פאַרבייטנדיק זיין ערשטן זילב מיטן ״שמ״, למשל: ״סאָבוויי שמאָבוויי, איך גיי היינט צופוס״, אָדער ״פּאָקיפּסי שמאָקיפּסי״, וואו דער טייטש איז, אַז ווער עס רעדט האָט צוליב עפּעס אַ סיבה ניט זייער ליב פּאָקיפּסי, ווי ס׳קען זיך מאַכן.
דאָ זיינען אויך שייך די ג ע פ י ל ן וואָס יעדער אידיש ריידנדיקער האָט וועגן די עלעמענטן פון דער שפּראַך, אַפילו ניט זייענדיק קיין שפּראַך=פאָרשער. אַז ס׳גייט אין די גערמאַנישע און סלאַוויש שטאַמענדיקע ווערטער, און אין נייערע ווערטער און נעמען פון אַלערלייאיקע שפּראַכן, איז שטאַרקער די נטיה צו נעגאַטיווקייט ביים קלאַנג איידער ביי ווערטער און נעמען וואָס שטאַמען פון לשון קודש, וואו דער ״שמ״ ברענגט בדרך כלל ניט קיין קלענסטע הערעלע פון נעגאַטיווקייט: פאַרוואָר, וואָס קען דען זיין אַ שענערער אידישער נאָמען ווי שמואל?
איז טאַקע אַביסל קשה מיט ״שמערל״ ווייל דער עולם האָט דאָ שיער ניט קאָלעקטיווערהייט פאַרגעסן אינעם פאַקטישן אָפּשטאַם: ס׳איז דער שיינער נאָמען: שמריהו אָדער שמריה (אַרויסגערעדט: ״שמאַריע״), פאַרצויגן מיטן קלאַסישן אידישן דימינוטיוו. אין ליטווישן אידיש איז פּאָפּולער די ענדונע -קע, אַזוי אַרום אַז ווילנער רופן דעם באַרימטן ווילנער פּאָעט: שמערקע קאַטשערגינסקי. אַזוי צי אַזוי, דאַרפן עכטע אידישע נעמען ניט אַריינפאַלן אין דרויסנדיקע פּאַסטקעס, נאָר ס׳איז אַזוי ווי ביי אַ מענטש:
אויך אַ וואָרט האָט זיין גורל.
ווי אַזוי ווינטשט מען אַנדערע צו ״זייער״ נייעם יאָר?
מיר וועלן זיך דאָ ניט אַריינלאָזן אין דער ש א ל ה, צי מען קען און מען דאַרף ווינטשן אַ גוט יאָר אַזעלכע חברים, קאָלעגן, אַנדערע, וועלכע מאַכן אַ יום=טוב פונעם ״אַלגעמיינעם״ נייעם יאָר.
מיר האָבן אָבער איצטער באַקומען אַ שטיקל ק ש י א פון קאַרעל פ. טרייבוס, אַ פאָרשער און אַרויסגעבער פון פּראַכט=אויסגאַבעס אין בערגשענהוק, האָלאַנד, וועלכער שטעלט אַצינד צונויפעט אַ בוך מיט ווינטשעוואַניעס צום אַלגעמיינעם נייעם יאָר. ער נעמט אַריין אַ סך שפּראַכן, בתוכם אידיש.
פאַרשטייט זיך אַז צו אונדזער נייעם יאָר, ראש השנה, פעלט אונדז ניט אויסעט אויף אידיש קיין וואונטשן, פון ״אַ גוט געזונט יאָר״ אַזש ביז ״לשנה טובה תכתבו״.
וואָס פאַראַ עצות האָבן אונדזערע לייענער פאַרן גוטן שפּראַכן=קענער אין האָלאַנד וואָס וויל אָבער וויסן ווי אַזוי מ׳קען זאָגן אויף אידיש, ווינטשענדיק יענעם אַלדאָסגוטס צום ״אַלגעמיינעם״ יאָר?
אַ גוטע וואָך!
www.dovidkatz.net
www.holocaustinthebaltics.com
די לייענער פונעם ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״ ווערן פאַרבעטן אַריינשיקן מיט עלעקטראָנישער פּאָסט (״אי=מייל״) זייערע שאלות און ענינים מכח אידיש. מען בעט אַז די בריוולעך זאָלן זיין קורץ און צו דער זאַך, מ׳זאָל אומבאַדינגט שרייבן עטלעכע ווערטער וועגן זיך, און דער עיקר: נאָר און בלויז מיט אידישע אותיות (ניט ״אידיש מיט לאַטיינישע אותיות״).
דער אַדרעס: dovidkatz@vilniusuniversity.net. צום באַדויערן איז ניט מעגלעך יעדן ענטפערן פּערזענלעך און פאַרדערפאַר בעט מען אין פאָראויס מחילה.
|