ר׳ יוסף יצחק שניאורסאָהן נ״ע אַ מורא׳דיקער ים פון רייכקייט און טיפקייט שפּרודלט אַרויס פון די ווערק-אוצרות פון דעם פריערדיקן ליובאַוויטשער רבי׳ן, ר׳ יוסף יצחק נ״ע (תר״מ-תש״י - 1880-1950). די הילולא וועט אָפּגעצייכנט ווערן דורך ליובאַוויטשער חסידים איבער דער גאָרער וועלט דעם קומענדן מאנטיק, יו״ד שבט.
דער רבי ר׳ יוסף יצחק איז נישט בלויז געווען אַ מנהיג ישראל, וועלכער האָט געפירט די הייליקע שיף פון כלל-ישראל דורך די עמק-הבכא-כוואַליעס פון סטאַלין און היטלער ימח שמם, נאָר אויך אַ בויער פון גייסטרייכע און טיפזיניקע פּאַלאַצן אין דעם יהדות-מחשבה-געבוי. זיינע ווערטער און פראַזן, גליענדיקע אין הימליש פייער, דערגרונטעווען זיך צו דעם תוך און מהות פון דעם מענטש און זיין וועלט-אָנשויאונג; זיי צעשטערן די געדיכטע שאָלעכץ פון גלייכגילטיקייט און שקר, און אַנטפּלעקן הערלעכע דימענסיעס און אַריסטאָקראַטישע סטרונעס אין אונדזער לעבנס-רעאַליטעט. איינצלנע פון זיינע פראַזן - אַ דרייסיק פון זיי וועלכע ליגן אויפן זכרון – האָב איך דאָ פאַרצייכנט.
״טובה הפּרישות עם הבריות והבדידות בתוך בני אדם״ (אין נאָמען פון רבי שמשון אָסטראָפּאָליער זצ״ל).
״אין יעדער זאַך איז פאַראַן דער ״וואָס״, דער ״פאַרוואָס״, און דער ״צוליב וואָס״.
״דער וואָס איז נידריק און גראָב הערט נישט זיין גראָבקייט און נידריקייט״.
״אין דער מדריגה פון אמת איז נישט פאַראן קיין אמת דמיוני; אמת איז אַזוי, און נישט אַנדערש״.
״אַ געוואָרענער נאַר איז ערגער ווי אַ געבוירענער נאַר״.
״עס איז שווער צו רעדן, אָבער עס איז נאָך שווערער צו שווייגן״.
״צוקומען צו פּנימיות איז נאָר דורך מסירת נפש״.
״עס איז צייט אויפצוהערן לייגן. עס איז געווען אַ איד, אַ חסיד, אַ בן תשעים, ר׳ אהרן ביעשינקאָוויצער האָט ער געהייסן, פלעגט ער זאָגן: רבונו-של-עולם! ניינציק יאָר האב איך געזאָגט ליגן, גיב מיר כאָטש איין טאָג, איך זאָל נישט זאָגן ליגן״.
״ואני תפלה״ איז דער טייטש, אַז איך בין געוואָרן אַ שטיק תפלה״.
(צו איינעם פון זיינע גרויסע חסידים, ר׳ יחזקאל פייגין הי״ד): ״הערסט, חאַטשע: אור אין סוף איז ניט קיין מציאות אמיתי; גילוי העצם איז ניט קיין מציאות אמיתי; אַ מנחה – אָט דאָס איז אַ מציאות אמיתי״.
״השמש יצאה על הארץ״: ווען די זון פאַנגט אָן שיינען, ווערט זי רויט פאַר בושה - פאַר וועמען שיין איך״.
״אהבת ישראל איז גרעסער ווי אהבת השם״ (בשם דעם אַלטן רבי׳ן, ר׳ שניאור זלמן זצ״ל פון ליאַדי).
״די נשמה זעט, די קאָפּ שטעלט זיך פאָר, און די האַרץ לעבט איבער״ (בשם זיין פאָטער, דער רבי ר׳ שלום בער זצ״ל).
״עס וועט קומען אַ צייט, ווען די בושה אויף וואָס מען האָט היינט נישט געטאָן וועט זיין זייער גרויס״.
״ביים סדר-טיש פון דעם רבי׳ן דעם צמח-צדק, אין יאָר תרכ״ה (1865), האָט איינער פון די געסט געמאָסטן די מצה ביי ׳יחץ׳, צו וויסן וועלכע העלפט איז גרעסער, כדי עס אַוועקצולייגן פאַרן אפיקומן. האָט דער צמח-צדק זיך אָפּגערופן: אַ גדול וואָס מען דאַרף אים מעסטן, איז דער קטן גרעסער פאַר אים״.
״אין דער איצטיקער צייט, ווען דער הווה איז אַ ביטערער, דאַרף מען לעבן מיט דעם עבר״.
״וואָס איז התבוננות באריכות? אַז מען באַטראַכט זיך וואָס מען קען זיין, וואָס מען מוז זיין, און וואָס מען איז, אט-דאָס איז התבוננות״ (בשם זיין פאָטער, דער רבי ר׳ שלום בער נ״ע).
״דממה דקה״: אַז עס איז ״דממה׳דיק״, איז דאָס במילא ״דקה״.
״אַ משכיל גייט אויפן קאָפּ און אַן עובד גייט אויף די פיס״ (אין דעם חב״ד-לעקסיקאָן איז אַן ״עובד״ אַ מענטש וועלכער איז אינדערהיים מיט תיקון המדות; אַ משכיל איז איינער, וואָס איז פאַרזונקען כל-כולו אין פאַרשטיין געטלעכקייט).
״אַ משכיל, ביז וואַנעט ער זאָל אָנהויבן וויינען, קען זיך דער הימל שפּאַלטן; אָבער אַז ער וויינט שוין יאָ - קען אַ שטיין צעגיין״.
״געטלעכקייט איז אמת, און אמת איז וואָס דאָס איז נישט התפּשטות, נאָר עס ליגט אויף אַן אָרט אין ווינקל און עס גייט-אויס״.
״די לא ידעי מאי קאמר׳ניקעס זיינען כלים צו אורות עצמיים״.
״חסידות מאָנט דעם שימו לבבכם״.
״אין נישט פאַרשטיין זיינען מיר רייך״.
״דוד המלך איז געווען אַ גרויסער למדן, געקענט גוט לערנען. פונדעסטוועגן, האָט ער געמאַכט נישט אַ לומדישען ספר, כדי צו קענען זיך פּאַטשן אין בייכל, זאָגן – דאָ האָסטו בבא קמא, דאָ האָסטו בבא מציעא, דאָ האָסטו בבא בתרא, נאָר וואָס האָט ער געמאַכט? אַ תהלימ׳על, אויף דערנעמען די האַרץ״.
(מ׳האָט אַמאָל סערווירט די פיש אין אַ טעלער אַריינגעלייגט אין נאָך אַ טעלער. האָט איינער געפרעגט ביים רבי׳ן אויב ער וויל בלויז איין טעלער. האָט דער רבי געענטפערט:) וואָס איז שייך אַ וועלן אין אַן ענין פון חיצוניות?.
״דער רבי דער רב, דער בעל התניא, האָט באַוויזן ווי קליין מ׳איז, און ווי גרויס מ׳קען זיך דערהויבן״.
״דער עיקר איז נישט הערן; נאָר דערהערן״.
״אַ ניגון קען אַרויסשלעפּן פון דער טיפסטער בלאָטע״ (בשם זיין פאָטער).
עס וואָלט געווען מער נישט ווי פּאַסיק אָפּצושליסן מיט נאָך איין וואָרט פון דעם רבי׳ן נ״ע: ״אַ פּאַטש פאַרגייט, אָבער אַ וואָרט באַשטייט״.
|