אַנטיסעמיטישע דעמאַנסטראַציע אין בראַזיל וואָס פאַרגלייכט ישראל פּרעזידענט צו היטלערן. דער יערלעכער באַריכט פונעם פאָרום צו באַקעמפן אַנטיסעמיטיזם, אַ קערפּערשאַפט וואָס ווערט אָנגעפירט פון דער אידישער אַגענטור, באַוויזט, אַז אין פאַרגאַנגענעם יאָר 2009, האָבן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן זיך פאַרמערט איבער דער וועלט. לויט דעם באַריכט, איז 2009 געווען אַ ״הויכפּונקט-יאָר״ אין דער צאָל אַנטיסעמיטישע איבערפאַלן זינט דעם סוף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
לויטן באַריכט, זיינען אין די ערשטע דריי מאָנאַטן פון 2009, געווען אין מערב-אייראָפע מער אינצידענטן וואָס קענען באַצייכנט ווערן אַלס ״אַנטיסעמיטישע״ ווי אין גאַנץ 2008. אין פראַנקרייך אַליין זיינען אין די ערשטע זעקס מאָנאַטן פאָרגעקומען 631 אַנטיסעמיטישע אַקטן, קעגן 474 אין גאַנץ 2008.
אין אַמעריקע האָבן די אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס אויך געברענגט צו מאָרד ווען אַ אידישע סטודענטין איז דערמאָרדעט געוואָרן אין קאָנעטיקוט, און אַ (נישט-אידישער) זיכערקייטס-אַגענט איז אומגעקומען אין אַן איבערפאַל אויפן חורבן-מאזעאום אין וואַשינגטאָן. אין אַרגענטינע איז אַן אַדוואָקאט, וואָס האָט פאַרטראָטן אין געריכט די פאַמיליעס פון די קרבנות פון דער אַטאַקע אין 1992 אויפן אידישן צענטער אין בוענאָס איירעס, אַטאַקירט געוואָרן דורך אַנטיסעמיטישע וואַנדאַלן, וועלכע האָבן אויסגעקריצט אויף זיין בויך די צאָל קרבנות וועלכע ער האָט פאַרטראָטן אין געריכט.
אויף דער פראַגע צי די אידן נוצן אויס זייער פאַרגאַנגענהייט אַלס קרבנות אין צייט פון חורבן, כדי אַרויסצופּרעסן געלט, האָבן 75 פּראָצענט פון די אויסגעפרעגטע אין פּוילן און שפּאַניע געענטפערט אַז יאָ, אַנטקעגן פינף פּראָצענט אין האָלאַנד.
|