באאַמטע פון ״יד לאחים״ אין אַראַבישן דאָרף איך האָב זיך פאָרגענומען צו צינדן ליכט און היטן שבת אויב איך וועל אָנקומען בשלום,״ האָט דערציילט די געראַטעוועטע אידישע פרוי, וועמענס אַראַבישער מאַן דאַרף אָט-אָט באַפרייט ווערן פון טורמע און זיך אומקערן קיין עזה. – אין אַ געהיימער און גוט-קאָאָרדינירטער אַקציע, האָט “יד לאחים״ באַוויזן איר אַרויסצוראַטעווען באַצייטנס. – די העראָאישע און אָטעם-פאַרכאַפּנדע מיסיע וואָס האָט זיך געענדיקט מיט אַ דערפאָלג
• פון בעני טוקער, “ערוץ 7״
צוויי וואָכן פול מיט פיבערהאַפטיקע צוגרייטונגען און אינטענסיווע טעטיקייטן זענען געקומען צו אַן ענדע פאָריקע וואָך דינסטיק נאָכמיטאָג. נאָך עטלעכע שטונדן פון שפּאַנונג און טויט-שרעק, ווען די געפאַר פון אַ דורכפאַל און די נאָכפאָלגנדע שוידערלעכע קאָנסעקווענצן הענגט אין דער לופטן, האָט זיך געשלאָסן בחסדי ד׳ אַ העראָאישע און אָטעם-פאַרכאַפּנדע מיסיע, אַרויסצוראַטעווען אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון געפענגעניש אין האַרצן פון עזה.
די אַקציע האָט זיך אָנגעהויבן צוויי וואָכן צוריק, ווען דער טעלעפאָן האָט געקלונגען אינעם נויטפאַל-צענטער פון ״יד לאחים״. אַ פרוי האָט דערציילט אַז איר יונגע שוועסטער געפינט זיך אין עזה מיט אירע פיר קינדער. זי האָט געשילדערט מיט אַ שטיקנדן קול פון טרערן צו די עסקנים די שרעקלעכע ליידן וואָס איר שוועסטער גייט דורך צווישן די אַראַבער און איר שטאַרקן ווילן אַרויסצוקומען פון דאָרט.
נאָך אַן אויספאָרשונג פון ״יד לאחים״ האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז עטלעכע יאָר צוריק איז די פרוי, אַ אידישע פרוי פון אשדוד, אַוועק מיט איר אַראַבישן מאַן, אַבדאַלאַ, און אירע קינדער וואוינען אין דער שטאָט על-אַריס אין מצרים. דער אַראַבישער מאַן האָט איר שטאַרק געפּייניקט, און מיט דער צייט האָט זיך געשטאַרקט זיין פאַרדאַכט אַז זי פרוי וועט אַנטלויפן, צוזאַמען מיט די קינדער, פון מצרים קיין ישראל.
ער האָט באַשלאָסן אויסצוניצן די געלעגנהייט ווען זי האָט נישט גוט געפילט און איר אַריבערפירן מיט די קינדער צו דער וואוינונג פון זיינע עלטערן אין רפיח, אין האַרצן פון עזה. פון דאָרט, האָט ער געטראַכט, וועט זי געוויס נישט קענען אַנטלויפן. ער האָט איר געזאָגט אַז ער איז שטאַרק באַזאָרגט פאַר איר געזונט און וויל אַז זי זאָל באַהאַנדלט ווערן אין אַ גוטן פּריוואַטן שפּיטאָל, און ער האָט זיך אַרויסגעלאָזט אין וועג, צוזאַמען מיט איר און די קינדער. נאָך עטלעכע שעה פון אַ דערשעפּנדער רייזע האָט זי פאַרשטאַנען אַז זי ווערט געפירט צו זיינע עלטערן אין רצועת עזה.
אין דער אויספאָרשונג פון ״יד לאחים״ איז אויך קלאָר געוואָרן אַז דער אַראַבישער מאַן איז אַ באַקאַנטער קרימינעלער פאַרברעכער, וועלכער איז באַקאַנט צו די געזעץ-אויטאָריטעטן אין ישראל, מצרים און עזה, און אַז איינס פון די צווייפלהאַפטע געשעפטן אין וועלכע ער איז טיף פאַרזונקען איז פאַרבונדן מיטן שמוגלען מאַטעריאַלן דורך די אונטערערדישע טונעלן וואָס זענען אויפגעגראָבן געוואָרן אין רצועת עזה.
אין די איצטיקע טעג קומט ער אָפּ אַ שטראָף אין אַן עגיפּטישער טורמע צוליבן שמוגלען דראָגס, און אין די נאָענטע טעג דאַרף ער באַפרייט ווערן און וועט זיך אומקערן צו זיינע עלטערן אין רפיח. אין ״יד לאחים״ האָט מען פאַרשטאַנען אַז די צייט איז ענג, און די געלעגנהייט איר אַרויסצוראַטעווען דערנענטערט זיך צו אַן ענד. די עסקנים האָבן זיך פאַרבונדן צו דער פרוי אויף איר סעלולאַר-טעלעפאָן און איר צוגעגרייט צו דער רעטונגס-אַקציע.
גלייכצייטיק האָט זיך דער פאָרזיצער פון דער אָרגאַניזאַציע, הרב שלום דוב ליפּשיץ, פאַרבונדן מיטן אינערן-מיניסטער פון ישראל, אלי ישי, וועלכער האָט שנעל פאַרבונדן ״יד לאחים״ מיטן זיכערקייטס-מיניסטעריום, און עס זענען באַלד צוגעגרייט געוואָרן אַלע נייטיקע דערלויבענישן פאַר דער פרוי און קינדער אַריינצוקומען אין ישראל. עס איז אויך באַשטעטיקט געוואָרן איר דורכצולאָזן אָן שוועריקייטן ביי דער ״ארז״-בלאָקאַדע פון צה״ל.
דינסטיק אינדערפרי האָבן די עלטערן פון דעם אַראַבישן מאַן פאַרלאָזט דאָס הויז, און די פרוי איז אַרויס פון שטוב, צוזאַמען מיט די פיר קינדער, אויספירנדיק גענוי די אָנווייזונגען פון ״יד לאחים״. זי האָט געזאָגט דער פּלימעניצע, וואָס איז געבליבן אין שטוב צו היטן אויף איר, אַז זי גייט אין שטאָט איינקויפן זיסוואַרג פאַר די קינדער. שפּעטער האָט די פרוי דערציילט צו די באַגייסטערטע עסקנים פון ״יד לאחים״, אַז אַרויסגייענדיק פון שטוב האָט זי זיך אונטערגענומען אַז אויב דער אויבערשטער וועט איר העלפן זיך אַרויסראַטעווען פון געפענגעניש און אָנקומען מיט אירע קינדער קיין ישראל, וועט זי צינדן יעדן ערב-שבת ליכט און היטן שבת.
״איך האָב גאָרנישט מיטגענומען, אויסער איין זעקל,״ האָט זי דערציילט. ״די פּאַספּאָרטן האָב איך באַהאַלטן אין די ווינדלעך פון מיין קליינער טאָכטער. כ׳בין אַרויס מיט די קינדער אין גאַס און אָפּגעשטעלט דעם ערשטן טאַקסי. כ׳האָב געפרעגט דעם שאָפער, וויפיל עס קאָסט ביז דער ׳ארז׳-בלאָקאַדע, האָט ער געזאָגט, ׳70 שקל.׳ ׳נעם די 100 שקל,׳ האָב איך אים געזאָגט, ׳און פאָר שנעל.׳ אויפן וועג זענען מיר דורכגעפאָרן בלאָקאַדעס פון כאַמאַס. איך האָב זיך צוגעדעקט מיט דער בורקאַ און באַמיט צו רעדן וואָס ווייניקער אויף אַראַביש, כדי נישט צו ציען זייער אויפמערקזאַמקייט צו מיין פרעמדן אַקצענט. איך האָב געציטערט פאַר שרעק און געמיינט אַז אָט שיסן זיי מיך און מיינע קינדער.״
דער שאָפער האָט עפּעס פאַרדעכטיקט, אָבער זי האָט אים געזאָגט, אין איינקלאַנג מיט די אינסטרוקציעס וואָס ״יד לאחים״ האָט איר געגעבן, אַז איר טאַטע איז זייער קראַנק און וואַרט איר ביי דער בלאָקאַדע, און זי מוז זיך מיט אים טרעפן. ווען דער שאָפער איז אָנגעקומען צום פּאַלעסטינער שטייער-אַמט, ביי דער גרענעץ פון רצועת עזה, האָט איר סעלול¬אַר זיך פּלוצלינג צעקלונגען. עס האָט איר אָנגעכאַפּט אַ שרעק. אויפן טעלעפאָן איז געווען דער ברודער פונעם אַראַבישן מאַן, וועלכער האָט איר געפרעגט פאַרדעכטיקט, ״וואו ביסטו?״ זי האָט געענטפערט אַז זי שפּאַצירט מיט די קינדער, אָבער ער האָט געשריגן, ״דו זאָגסט ליגן. קום תיכף צוריק, כ׳וועל דיך כאַפּן און דיך הרגענען.״ זי האָט איבערגעריסן דעם שמועס און מיט אַנטשלאָסנקייט פאָרגעזעצט אין וועג.
ביים שטייער-קאָנטראָל, האָט דער פּאַלעסטינער באַאַמטער איר געפרעגט וואו זי גייט, האָט זי געזאָגט אַז איר טאַטע איז זייער קראַנק און וואַרט איר ביי דער ״ארז״-בלאָקאַדע. זי איז ווידער געוואָרן בלייך ווען איינער פון די וועכטער האָט פּלוצלינג געשריגן, ״נעמט איר צוריק קיין עזה.״ ״איך האָב געשפּירט, אַז דאָס איז עס, אַז דאָס איז דער לעצטער טאָג אין מיין לעבן,״ האָט זי שפּעטער דערציילט. ״אָבער דאַן האָט אַן אַנדער באַאַמטער געזאָגט, ׳קענסט גיין.׳ איך בין אַריבער אינעם זיך-דרייענדיקן טויער און אָנגעהויבן לויפן. כ׳האָב געציטערט אַז מ׳וועט מיך כאַפּן.״
צווישן דער לעצטער פּאַלעסטינער בלאָקאַדע און דער ישראל-בלאָקאַדע טיילן אָפּ אַכט הונדערט מעטער. די פרוי און אירע פיר קינדער זענען דורך דעם וועג לויפנדיק, מיט האַסטיק-קלאַפּנדיקע הערצער. יעדע מינוט האָט זיך זיי אויסגעדוכט ווי אַן אייביקייט.
אין דער זעלבער צייט איז געזעסן דער פאָרזיצער פון ״יד לאחים״, הרב ליפּשיץ, אין זיין ביוראָ און דערהאַלטן נאָכאַנאַנדיקע מעלדונגען וועגן די אַנטוויקלונגען. פונעם אינערן-מיניסטעריום האָט מען איבערגעגעבן צו הרב ליפּשיץ אַז ישראלדיקע שאַרפשיסער פאָלגן נאָך שפּאַנענדיק די פרוי וואָס לויפט מיט אירע פיר קינדער און קרייצט דורך די דעמיליטאַריזירטע זאָנע צווישן דער ישראלדיקער און פּאַלעסטינער טעריטאָריע. הרב ליפּשיץ האָט אָנגעוויזן זיין ביוראָ און אַלע עסקנים אין לאַנד אָפּצושטעלן זייער רוטין און זאָגן תהילים אַז די אַקציע זאָל דורכגיין בשלום.
ביים קאָנטראָל-פּונקט האָבן איר אָפּגעוואַרט באַאַמטע פונעם שב״כ (דעם ישראלדיקן זיכערקייטס-דינסט), וועלכע האָבן איר אויסגעפאָרשט און דערלויבט אַרויסצוגיין צו איר שוועסטער וועלכע האָט איר דאָרט געוואַרט, אין דער באַגלייטונג פון עסקנים פון ״יד לאחים״. די שוועסטער האָט אויסגעבראָכן אין געוויין, זעענדיק איר מיט די פיר קינדער אַרויסקומענדיק פון עזה בשלום. אויך די זעלנער און אָפיצירן וועלכע זענען דאָרט געווען האָבן נישט געקענט באַהאַלטן זייערע טרערן צוזעענדיק די רירנדע סצענע.
איינער פון די אָפיצירן האָט זיך אָנגערופן מיט באַגייסטערונג צו די עסקנים פון ״יד לאחים״: ״כ׳האָב פיל געהערט וועגן אייך, און איך גיב אויך פאַר אייך רעגלמעסיק ביישטייערונגען. כ׳האָב אָבער נישט געגלייבט אַז איר פירט דורך אַזעלכע גרויסע אָפּעראַציעס. געוויס האָב איך אַדאַנק די ביישטייערונגען פאַר אייך זוכה געווען צו זיין אַ שליח און שותף אין דער דאָזיקער רירנדער רעטונגס-אַקציע.״
״יד לאחים״ האָט אַריבערגעפירט די מאַמע מיט אירע קינדער אין אַ גוט-באַשיצטער פאַרבאָרגענער דירה, וואָס איז איינגעריכט מיט אַלעם גוטן פאַר איר און די קינדער. ״יד לאחים״ האָט איבערגעגעבן אַז אַ טייל פון די איינצלהייטן וואָס זענען פאַרבונדן מיט דער אַקציע קענען נישט פאַרעפנטלעכט ווערן, און אַז די רעטונגס-אַקציע איז דורכגעפירט געוואָרן ערשט נאָך אַ גרינטלעכער איבערלייגונג, און מיט דער באַטייליקונג פון אַלע וואָס זענען דערמיט פאַרבונדן.
|