פאַרוואָס הרב הגאון ר׳ פּנחס הירשפּרונג זצ״ל האָט געהייסן באָרגן צוקער
מסכת בבא בתרא דף קס״ד עמוד ב׳, אמר רב שלש עבירות אין אדם ניצול מהן בכל יום, הרהור עבירה, עיון תפילה ולשון הרע. פרעגט דער מהרש״א: אויב די גמרא זאָגט אַז עס איז נישט מעגלעך פאַר אַ בשר ודם ניצול צו ווערן פון די דריי עבירות, אם כן מאי עבירה שייך בהו, ועוד קשה למאי נפקא מינה איצטריך ליה למימר הכי דאין אדם ניצול וכו׳. ענטפערט דער מהרש״א, זאָגנדיק אונדז דאָ אַ געוואַלדיקן לימוד. ער שרייבט, וזה לשונו:
ונראה לומר שם אדם מונח על הממוצע בין התחתונים ובין העליונים, כדאמרינן אברא אותו מן העליונים ומן התחתונים, זכה הוא מן העליונים, לא זכה הוא מן התחתונים. ובפרק אין דורשין דרשו במעלת החכם כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה׳ צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה׳ צבאות יבקשו תורה מפיהו וכו׳, כלומר שיהיה האדם נמשך במעשיו שיהיה דומה למלאך ה׳ צבאות. וזה שאמר כאן אין אדם ניצול מהם וכו׳, דהיינו העומד בשם אדם המונח לו ואינו מדמה עצמו למלאך, כי הוא נקרא אדם על שם א׳פר ד׳ם מ׳רה כדאמרינן בסוטה, הגם מצד שהוא מוטבע כחומר מן התחתונים שנברא מעפר ואפר אי אפשר לו לכוין ולעיין בתפילתו, ומצד שהוא בעל דם רתיחת הדם שבו מביאו לידי עבירה, ומצד שהוא בעל המרה הוא בעל לשון הרע ומדות רעות, אבל האיש הזוכה ומדמה עצמו למלאך ה׳ צבאות יוכל שפיר להינצל מג׳ עבירות, ושייך בהו לשון עבירה.
דער מהרש״א זאָגט אונדז דאָ, אַז די עבודה פון אַ איד איז צוצוקומען צו דער מדריגה פון אַ מלאך, נישט פאַרבלייבן דער אדם השפל, נאָר צו דערגרייכן אַ בחינה פון ״תנה הודך על השמים״, וואָס דאַן קען מען זוכה זיין צו האַלטן די תורה בשלימות, און ניצול ווערן אַפילו פון די דריי עבירות וואָס אין ״אדם״ ניצול מהם.
כדי צו זיין ווי אַ ״יהודה ועוד לקרא״, וועל איך צוברענגען די ווערטער פון תרגום יונתן אויפן פּסוק (במדבר ט״ו מ׳) למען תזכרו ועשיתם את כל מצותי והייתם קדושים לאלוקיכם. שרייבט דער תרגום יונתן: ״ותהווין קדישין הי כמלאכיא דמשמשין קדם ה׳״, מיינענדיג וואָס דער מהרש״א זאָגט אונדז, אַז פון אזעלכע עבירות קען מען נאָר ניצול ווערן אויב מען ווערט הייליק ווי די מלאכים.
מיט דעם וועט מען קענען פאַרשטיין וואָס דער רמב״ם זאָגט אין פּירוש המשניות (הקדמה צו מסכתא ברכות) ״ואין ביכולת אדם לדעת על פּה כל התלמוד״. דאַרף מען פאַרשטיין: מיר האָבן אַפילו אין די לעצטע דורות געזען גדולי ישראל וואָס האָבן געקענט ש״ס בעל-פּה, ווי דער ראָגאַטשאָווער גאון זצ״ל. אויך מורי ורבי, הרב הגאון ר׳ פּנחס הירשפּרונג זצ״ל, האָט געקענט ש״ס מיט רש״י און תוספות בעל-פּה, אויפן לשון. נאָר לויט דעם אויבן-דערמאָנטן מהרש״א איז זייער פאַרשטענדלעך, אַז די גדולי ישראל האָבן זיך אַזוי אַריינגעוואָרפן אין תורה פיר און צוואָנציק שעה אין מעת-לעת, אַז זיי זיינען ממש דערהויבן געוואָרן צו דער מדריגה פון מלאכים, וואָס ״אם הרב דומה למלאך ה׳ צבאות יבקשו תורה מפיהו״, ווייל פאַר זיי איז דער אויבערשטער מגלה די ״רזין דאורייתא״, און זיי האָבן די מעגלעכקייטן צו קענען גאַנץ תלמוד אויסווייניק.
טאַקע אויף מיין גרויסן רבי׳ן, הרב הגאון ר׳ פּנחס הירשפּרונג זצ״ל, וועמענ׳ס יאָרצייט מ׳האָט געפּראַוועט פאַרגאַנגענעם ז״ך טבת, קען מען ממליץ זיין וואָס די גמרא זאָגט אין מסכת מנחות (דף י״ח עמוד א׳) צהבו פניו של יוסף הבבלי וכו׳ זלגו עיניו דמעות של רבי אלעזר בן שמוע, אמר אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבין עליכם ביותר. קרא עליו המקרא הזה, מה אהבתי תורתך כל היום היא שיחתי.
איך מיין אַז די ווערטער פון דער גמרא רעדן פאַר זיך אַליין, די פאַרווירקלעכונג פון ״צהבו פּניו״ פונעם גרויסן גדול הרב פּינחס הירשפּרונג זצ״ל בשעת מען האָט געזאָגט אַ חידוש, אַ פּלפּול אָדער אַ לומדות, איז געווען אין לשער ואין לתאר. ער האָט געלעבט אין אַן אַנדער וועלט. עס איז געווען די בחינה פון ״תנה הודך על השמים״, ער האָט געלעבט מיט די נשמות פון די תנאים און אמוראים אין מתיבתא דרקיעא, ממש אין דער בחינה פון אַ מלאך.
מיט דעם קען מען פאַרשטיין די מעשה וואס דער גאַסט-רעדנער ביי דער יאָרצייט-סעודה פון הרב הירשפּרונג אין מאָנטרעאָל (וואו עס זיינען זיך צונויפגעקומען אַלע רבנים פון שטאָט און עטלעכע הונדערט אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן) הרב הגאון ר׳ פּנחס בינעטה שליט״א, ראש מתיבתא אין דער גערער ישיבה אין באָראָ פּאַרק, האָט דערציילט ביי דער סעודה, דעם פאָלגנדן עפּיזאָד:
זיין פאַמיליע האָט געוואוינט אין שכינות פון דער הירשפּרונג-פאַמיליע. אין אַ געוויסן דאָנערשטיק אָוונט קלאַפּט אויף זייער טיר די טאָכטער פון הרב הירשפּרונג זצ״ל, און פרעגט צי מען קען באָרגן צוקער צו קאָכן לכבוד שבת. האָט מען איר געפרעגט צי ס׳איז אפשר נישט אָנגעקומען דער אָרדער, די באַשטעלונג וואָס זיי פלעגן איינקויפן יעדן דאָנערשטיק אָוונט. האָט זי געענטפערט, ניין, עס איז יאָ אָנגעקומען און מיר האָבן צוקער אין שטוב, נאָר דער טאַטע איז מקפּיד אַז מען זאָל גלייך באַצאָלן דעם חשבון פאַר דעם אָרדער, און די וואָך האָט מען איבערגעלאָזט דעם אָרדער ביי דער טיר און מען האָט נישט געקענט באַצאָלן אויפן פּלאַץ פאַר די מאכלים, ממילא האט דער רב געזאָגט אַז ער וויל נישט נהנה זיין פון די מאכלים ביז מען וועט באַצאָלן דערפאַר.
איר הערט, רבותי? אַזאַ געוואַלדיקער הידור במצוות מדקדק צו זיין אויף זיך כחוט השערה, אַז אַלץ זאָל זיין אינגאַנצן אויסגעהאַלטן, בשעת מען קען טרעפן אַ היתר אויף זאַכן מיט דער מימרא פון די חז״ל, לא ניתנה תורה ״למלאכי השרת״, טראַכט דווקא הרב הירשפּרונג יאָ אַז מ׳דאַרף אַמאָל זען צו זיין ווי אַ ״רב הדומה למלאך ה׳״, און זיין זיכער, אַז אַלע זיינע מעשים זיינען אויסגעהאַלטן נישט נאָר מן הדין, נאָר ״לפנים משורת הדין״, און אַ גברא רבה נאָך מער, אין דער בחינה פון ״סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה״.
ווי מיר טרעפן אין דער וואָכעדיקער סדרה: ״הנני ממטיר לכם לחם מן השמים״, וויבאַלד ״לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן, לחם אבירים שמלאכי השרת אוכלין״, ווייל כדי צוצוקומען צו קנין התורה בשלימות מוז מען זיך אויפפירן ווי מלאכי השרת.
|