– פון לייבל באָטוויניק, ישראל.
ברוך דיין האמת – דער גרויסער ייִדישער פּאָעט, באַזינגער פון ווילנער געטאָ, אַבֿרהם סוצקעווער, איז צו 96 יאָר, אַוועק אויפן עולם האמת, און איז געבראַכט געװאָרן צו קבֿורה אינעם בית עולם פון קרית שאול, אין תּל-אָבֿיבֿ, לעבן רמת השרון, אין ישׂראל, – ט׳ שבט, תש״ע – זונטיק דעם 24סטן יאַנואַר, 2010.
די לוויה איז פאָרגעקומען אין אַ ווינטיקן ישראלדיקן ווינטער-טאָג, אונטער אַ האַלב-פאַרוואָלקנטן הימל. מע וואָלט געקענט מיינען, אַז דער הימל האָט זיך באַמיט אײַנצוהאַלטן פון וויינען. אַ קהל פון ניט ווייניקער פון 200 מענטשן איז געקומען באַגלייטן דעם דיכטער אויף זײַן לעצטן וועג. צווישן זיי זײַנען געווען פון די וויכטיקסטע ייִדישע קולטור-פּערזענלעכקייטן אין לאַנד: שרײַבערס און דיכטערס און זשורנאַליסטן און זינגערס און אַקטיאָרן, פּראָפֿעסאָרן און אויך אַ באַדײַטנדיקע צאָל יונגע סטודענטן פון ייִדיש.
איבערן אינטערנעץ איז אַרויסגעשיקט געוואָרן די טרויעריקע בשׂורה, צו צענדליקער נעץ-אַדרעסן, אַרײַנגערעכנט צו אַלע כּנסת דעפּוטאַטן און אויך צו אַ צאָל נײַעס אַגענטורן.
פון דער ירושלימער ייִדישער קולטור געזעלשאַפט איז אָנגעקומען אַן אויטאָבוס, נאָך דעם ווי צענדליקער טעלעפֿאָן־קלונגען זײַנען געמאַכט געוואָרן צו באַקאַנטע און פרײַנד, זיי זאָלן זיך צום לעצטן מאָל געזעגענען מיטן גרויסן פּאָעט און ליטעראַטור-ריז, אַבֿרהם סוצקעווער.
די טאָכטער, מירע סוצקעווער, די וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן געזאָרגט פאַר אים און איז געווען בײַ זײַן זײַט ביז צום סוף – איז געווען די ערשטע מספּיד צו זײַן איר טײַערן פאָטער אין ייִדיש און טיילווײַז אויך אין העברעיִש. נאָך דעם האָט גערעדט אויף העברעיִש דער איידעם, דער אַרכיטעקט משה קלדרון („קאַלדעראָן“) –– וואָס האָט שפּעטער אויך געזאָגט קדיש נאָכן נפֿטר.
פון דער ייִדישער אַקאַדעמישער און ליטעראַרישער וועלט האָט מיט גרויס צער זיך אויסגעדריקט אויף ייִדיש דער פּראָפעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן פון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וואָס האָט האַרציק דערציילט וועגן סוצקעווערן, און ווי אַזוי ער האָט מאָטיווירט יונגע מענטשן צו שרײַבן דווקא אין ייִדיש. ער האָט דערציילט וועגן סוצקעווערס לעבנס ווערק – די 141 אויסגאַבעס פון דעם בעסטן ליטעראַרישן זשורנאַל אויף דער וועלט, “די גאָלדענע קייט״ – וואָס ער האָט מיט אַזוי פיל מסירת נפֿש אַרויסגעגעבן אין ישראל במשך פון עטלעכע צענדליק יאָר.
נאָך דעם, האָבן צוויי פּאָעטן פאָרגעלייענט ערשט-אָנגעשריבענע לידער לזכר זייער חבר-פּאָעט. דאָס זײַנען געווען דער דיכטער אַלעקסאַנדער שפּיגלבלאַט און די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן [זעט באַזונדער איר ליד, אונטן].
דער פאָרזיצער פון ייִדישן שרײַבער פאַריין, דער מוזיקער דניאל גאַלאַי האָט אין נאָמען פון די אַלע שרײַבערס און פּאָעטן וואָס האָבן דעם נפֿטר געקענט, וואַרעם גערעדט וועגן סוצקעווערן. ער האָט אויך אונטערגעשטראָכן אַז דער ברייטער ציבור אין לאַנד ישראל קען ליידער ניט געניסן פון די געשאַפענע ייִדיש-אוצרות, מחמת מען איז ווײַטער טויב און שטום צו דער שפּראַך אין וועלכער סוצקעווער האָט געשאַפן.
מערקווערדיק איז געווען די אָנוועזנהייט פון דעם אַמבאַסאַדאָר פון ליטע אין ישׂראל, דאַריוס דעגוטיס, וואָס האָט אויף ענגליש רירנדיק איבערגעגעבן זײַן מדינהס מיטגעפיל, און דערציילט ווי פרײַטיק פרי, אין אַ ספּעציעלער פאַרזאַמלונג פון פּאַרלאַמענט פון ליטע, האָט מען אָפּגעגעבן כּבוד סוצקעווערן מיט אַ דערמאָנונגס-רעדע לזכר אים, און אַלע ליטווישע פּאַרלאַמענט-דעפּוטאַטן זײַנען געשטאַנען איין מינוט שטיל אין זײַן אָנדענק.
רות לעווין האָט מיט גרויס עמאָציע אויסגעזונגען סוצקעווערס באַקאַנט ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן“.
בײַם קבֿר האָט אויך גערעדט מיט גרויס רגש זײַן אייניקל הדס קלדרון, די באַקאַנטע ישׂראלדיקע אַקטריסע פון טעאַטער, טעלעוויזיע, און פילם. זי האָט, צווישן אַנדערן, דערציילט ווי זי האָט אין דײַטשלאַנד געלייענט פון איר טײַערן זיידנס ווערק, פאַר אַ דײַטשישן עולם, וועגן וואָס איז פאָרגעקומען אין די פינצטערע יאָרן פונעם חורבן.
פאַרבליבן פון דער משפחה זײַנען צוויי טעכטער, מירע און רינאַ (קאלדעראן), און די צוויי איינקלעך הדס און שי.
קיין כּנסת פאָרשטייערס זײַנען ניט געקומען אָפצוגעבן דעם לעצטן כּבוד דעם וויכטיקסטן ייִדישן ליטעראַטור-מענטש אין דער הײַנטיקער צײַט... פון די ישראלדיקע נײַעס-אַגענטורן זײַנען, אויף וויפל מע האָט געקענט זען, אויך ניט געווען. בלומען אויפן פרישן קבר האָבן אַוועקגעלייגט מיט טיפן כּבוד: אין נאָמען פון תּל-אָביבער שטאָט-ראַט, דער געוועזענער בירגערמײַסטער – דער לאַנג-יאָריקער פרײַנד פון ייִדיש, – שלמה “טשיטש״ להט; פון דער ייִדישפּיל-טעאַטער, שמואל עצמון; פון דער ווילנער פאַרבאַנד; און אויך פון דער ליטווישער אַמבאַסאַדע. און פון יונג-ייִדיש, דער יונגער אַקטיוויסט מענדי כּהנא, אויף וועמענס שילדל שטייט: „היטער און שלייפער פון ליכטיקע ווערטער“.
עס וועט נאָך לאַנג הערשן אויף דער ייִדישער גאַס אַ שווערע שטימונג פון טרויער, וואָס נאָך איינער פון די ווייניק-פאַרבליבענע שעפערס פון פרעירדיקן דור – און נאָך אַזאַ ריז דערצו, – איז פון אונדז צוגענומען געוואָרן. די טרייסט איז בלויז אין דעם, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט וויכטיקע ווערק וואָס ווערן געלייענט און געלערנט פון יונגע מענטשן אויף די קאַמפּוסן פון די פאַרשיידענע אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט וואו מע לערנט ייִדיש. לאָמיר האָפן, אַז די און אַנדערע ווערק וועלן אויך זײַן אַן אימפּעט פאַר נײַע שאַפונגען.
כּבוד זײַן אָנדענק.
--------------------------------------------
וועגן דעם דיכטער - אַבֿרהם סוצקעווער
אַבֿרהם (בן הערץ) סוצקעווער, דער לעצטער פון די „יונג ווילנע״ שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אין סמאָרגאָן, ווײַסרוסלאַנד, און שפּעטער, מיט די עלטערן זײַנע, האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין ווילנע, וואָס איז געוואָרן זײַן היימשטאָט. דאָרט האָט ער אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע, און איז געוואָרן איינער פון די דיכטער-שרײַבער פֿון דער גרופּע באַקאַנט אונטערן נאָמען “יונג ווילנע״.
בעת דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געוואָרן דער באַזינגער פון די לעצטע טעג פון ווילנער געטאָ. ער האָט אָנגעשריבן אַרום 80 לידער אין געטאָ, און שפּעטער אין די וועלדער אַרום ווילנע, וואו ער איז אַנטלאָפן צו ווערן אַ פּאַרטיזאַנער זיך שלאָגן קעגן די נאַצישע בעסטיעס. ער האָט געשריבן אַזעלכע באַקאַנטע לידער ווי „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן“, דאָס הימל-רײַסנדיק טראַגיש ליד וועגן דעם מסירת-נפש פון “די לערערין מירע״ וואָס באַגלייט אירע פאַרבליבענע תּלמידים אויף זייער לעצטן וועג, און דאס ליד „די בלײַענע פּלאַטן פון ראָמס דרוקערײַ״, און נאָך אַ סך אַנדערע, וואָס ווערן אָפט רעציטירט אויף יזכור-אַקאַדעמיעס.
אין 1947 איז ער עולה קיין ישראל מיט זיין פרוי פרידא און צוויי טעכטערלעך, וואו ער שאַפט ווײַטער אוצרות פאַר דער ייִדישער ליטעראַטור. ער קעמפט אויס בײַ די היגע אינסטאַנצן צו שאַפן אַ ליטעראַרישע צײַטשריפט, און ווערט רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל
“די גאָלדענע קייט״ פון 1949 ביז 1998. עס דערשײַנען 141 נומערן, וואָס יעדער נומער אַנטהאַלט אַן ערך 200 זײַטן פון לידער, מעשיות, און אַרטיקלען (אַרײַנגערעכנט פון אים אַליין) – פון די בעסטע שרײַבערס און דיכטערס פון דער צײַט.
|