אין אַ מאָדנעם בוך פאַרעפנטלעכט אין 1984, “נייע שקרים אַנשטאָט אַלטע”, האָט דער געוועזענער הויכער “קעי-דזשי-בי” אַגענט אַנאַטאָלי גאָליטסין פאָראויסגעזאָגט די ליבעראַליזאַציע פון סאָוועטישן בלאָק, און געטענהט, אַז עס וועט זיין מערנישט ווי אַ סטראַטעגישע אָפּנאַרעריי פון די קאָמוניסטן, אַ שקר וכזב.
דאָס בוך “נייע ליגנס פאַר אַלטע” האָט גאָליטסין אָנגעפאַנגען שרייבן אין 1968. דאָס בוך איז פינאַליזירט און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין 1984.
גאָליטסינ’ס אַרגומענט איז פשוט: פון אומגעפער 1960, האָט דער סאָוועטן-פאַראיין אָנגענומען אַ סטראַטעגיע פון מאַסיווער לאַנג-שטרעקיקער אָפּנאַרעריי, וואָס וועט זיך ציען דורך עטלעכע יאָרצענדליק, און דער רעזולטאַט דערפון וועט זיין דער חורבן פון מערב-קאַפּיטאַליזם און דאָס אויפשטעלן אַ קאָמוניסטישע וועלט-רעגירונג. זייער מיסיע איז געווען צו מאַכן אַמעריקע פילן אז זי דארף שוין מער נישט מורא האָבן פון רוסלאַנד, און ענדלעך צו איזאָלירן אמעריקע פון א דיפלאָמאַטישן שטאַנדפונקט און חרוב מאכן איר קאפיטאַליזם.
הערט זיך צו צו זיין “נביאות” פון 1984, זעקס יאָר איידער קאָמוניזם איז געפאַלן:
די “ליבעראַליזאַציע” פון רוסלאַנד וועט זיין פּלא’דיק און איינדרוקספול. פאָרמעלע אַרויסרעדונגען וועלן מעגלעך געמאַכט ווערן וועגן אַ רעדוקציע אין דער ראָלע פון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי: איר מאָנאָפּאָל וועט, וואַרשיינלעך, געשניטן ווערן. דאָס כלומרשטע אָפּטיילן די מאַכט צווישן די לעגיסלאַטיווע, עקזעקוטיווע, און יורידישע טיילן, וועלן מעגלעך פאָרגעשלאָגן ווערן. דער סופּרים סאָוועט וועט וואַרשיינלעך באַקומען מער מאַכט, און דער פּרעזידענט פון סאָוועטן-פאַראיין, און דער ערשטער סעקרעטאַר פון דער (קאָמוניסטישער) פּאַרטיי וועלן מעגלעך אָפּגעטיילט ווערן. די “קעי-דזשי-בי” וועט “רעפאָרמירט ווערן”. די דיסידענטן אינדערהיים וועלן אַמנעסטירט ווערן; די וואָס געפינען זיך אין גלות אין אויסלאַנד, וועלן דערלויבט ווערן אומצוקערן זיך, און אַ טייל וועלן מעגלעך אַפילו באַקומען הויכע פירערשאַפט-פּאָזיציעס אין דער רעגירונג.
ווייטער זאָגט ער: אַנדרעי סאַכאַראָוו וועט מעגלעך איינגעשלאָסן ווערן אין דער רעגירונג, אָדער דערלויבט ווערן צו האַלטן לעקציעס אין אויסלאַנד. די שעפערישע קונסט, קולטור און וויסנשאַפט אָרגאַניזאַציעס, ווי די שרייבער-פאַראיינען און דער “אַקאַדעמי אָוו סייענסעס”, וועלן וואַרשיינלעך ווערן מער זעלבסטשטענדיק, צוזאַמען מיט די האַנדלס-פאַראיינען. פּאָליטישע קלובן וועלן געעפנט ווערן פאַר מענטשן וואָס זיינען נישט קיין מיטגלידער פון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. פירנדע דיסידענטן קענען פאָרמירן איינע אָדער מער אָלטערנאַטיווע פּאָליטישע פּאַרטייען. עס וועט זיין מער פרייהייט פאַר בירגער פונעם סאָוועטן-פאַרבאַנד צו רייזן איבער דער וועלט. אָבסערוואַטאָרן פון דער מערב-וועלט און פון אַנדערע לענדער וועלן איינגעלאַדן ווערן צום סאָוועטן-פאַרבאַנד, בייצואוואוינען די רעפאָרמען וואָס ווערן דאָרט דורכגעפירט.
גאָליטסין פירט אויס, אַז “די אָפּנאַרערישע ליבעראַליזאַציע וועט אָנגענומען ווערן אַלס אמתדיק, און וועט אויפגעבלאָזן ווערן אין דער ‘מידיאַ’ אויסער יעדן פּראָפּאָרץ”.
פון באַזונדערער וויכטיקייט זיינען גאָליטסינ’ס פאָראויסזאָגן וועגן באַזונדערע לעגיסלאַטיווע, עקזעקוטיווע און יורידישע מאַכט-אָרגאַנען. די אַמעריקאַנער וואָלטן, נאַטירלעך, אויפגענומען ענטוזיאַסטיש אַזאַ שריט מצד די סאָוועטן. צו פאָראויסזאָגן אַזוי וועגן סאָוועטן-פאַרבאַנד אין 1980, איז געווען נישט ווייניקער אַבסורדאַל ווי אַזעלכע אַרגומענטן וואָלטן געווען היינט וועגן צפון-קאָרעאַ.
רעדנדיק וועגן מיכאַאיל גאָרבאַטשאָוו’ס עולה לגדולה זיין, שרייבט גאָליטסין ווי פאָלגנד:
מ’קען נישט אויסשליסן, אַז ביים קומענדן קאָנגרעס פון דער פּאַרטיי אָדער אַפילו נאָך פריער, וועט אַנדראָפּאָוו באַזייטיקט ווערן און עס וועט קומען צו דער מאַכט אַ אינגערער פירער מיט אַ מער ליבעראַלן אויסזען, וואָס וועט פאָרזעצן די אַזוי-גערופענע “ליבעראַליזאַציע” אויף אַ מער אינטענסיוון אופן.
אין אַ נאָטיץ, וואָס ער האָט געשיקט צו דער “סי-איי-עי” אין 1984, שרייבט גאָליטסין:
די סאָוועטישע סטראַטעגיסטן וועלן מעגלעך באַזייטיקן דעם אַלטן פירער, קאָנסטאַנטין טשערנענקאָ, וועלכער איז פאַקטיש נישט מער ווי אַ “פּאָפּקע”, אַן אַרויסגעשטעלטע פיגור. זיין אָרט וועט פאַרנעמען אַ יונגער סאָוועטישער פירער, וועלכער איז מיט אַ צייט צוריק שוין באַשטימט געוואָרן צו ווערן זיין ממלא-מקום – נעמלעך, קאָמעראַד (מיכאַאיל) גאָרבאַטשאָוו. איינער פון גאָרבאַטשאָוו’ס הויפּט-אויפגאַבעס וועט זיין דורכצופירן די אַזוי-גערופענע ליבעראַליזאַציע.
ער איז געווען גערעכט. גאָרבאַטשאָוו האָט איבערגענומען דעם אַמט אַלס פירער פון סאָוועטן-פאַרבאַנד אין קומענדן יאָר.
גאָליטסין האָט אויך געגעבן אָנדייטונגען אַז באָריס יעלצין וועט עווענטועל באַזייטיקט ווערן. ער דעפינירט דעם קריזיס אין טשעטשניע “נישט אַלס אַן אורזאַך פאַר אַ מיליטערישן פּוטש, נאָר ווי אַ מעגלעך-פּלאַנירטע צוגרייטונג צו אַ טוישט אין דער רעגירונג”. יעלצין האָט פּלוצים רעזיגנירט צום ניי-יאָר 1999, אַריינשטעלנדיק וולאַדימיר פּוטין אַלס פירער פון רוסלאַנד.
קריטיקער וועלן מיט רעכט אָנווייזן, אַז די צייט-אָנצייכענונגען אין גאָליטסינ’ס בוך זיינען נישט ריכטיק – ער האָט פאָראויסגעזאָגט דעם אויפקום פון אַ ראַדיקאַל-”לינקער” אַדמיניסטראַציע אין אַמעריקע אַרום 1992, און אַ “צונויפקום” אַרום 2000. ער שרייבט אויך נאָכאַנאַנד אויך אַז “נאַטאָ” וועט פאַנאַנדערפאַלן, וואָס וועט פירן דערצו אַז די אַמעריקאַנער קרעפטן זאָלן פאַרלאָזן אייראָפּע. ער האָט אויך פאָראויסגעזאָגט אַ מיליטערישע אַליאַנס צווישן אַמעריקע און כינע. אָבער אַלץ אינאיינעם צוזאַמענגענומען, איז ער אין מערסטע פאַלן געווען גערעכט מיט זיין פּראָגנאָז.
ווי אַזוי האָט ער דאָס באַוויזן? ער ענטפערט אויף דער דאָזיקער פראַגע: די אָפּשאַצונג איז געבויט טיילווייז אויף געהיימע אינפאָרמאַציע, וואָס איז בהישג-יד בלויז פאַר אַן “אינווייניקסטן”; טיילווייז אויף אַן אינטימען פאַרשטאַנד פון דעם אופן ווי די קאָמוניסטישע סטראַטעגיסטן טראַכטן און פירן זיך; טיילווייז דורך וויסן ווי ווייט די “קעי-דזשי-בי” האָט אַריינגעדרונגען און באַאיינפלוסט מערב-רעגירונגען.
דזשעף נייקוויסט איז דער איינציקער באַוואוסטער אַמעריקאַנער שרייבער וועלכער נעמט גאָליטסין זייער ערנסט. אין הונדערטער ארטיקלען טענהט ער אַז דער בראָך פון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע, די נייע מלחמה קעגן קאַפיטאַליזם און די אידענטיפיצירונג מיט סאָציאַליסטישע שטרעמונגען אין אַמעריקע, איז אַ רעזולטאַט פון די דאָזיקע קאָמוניסטישע אָפנארעריי מיט יאָרן צוריק דורך וועלכע זי האָט ערפירט איר ציל און זיך אריינגעדרונגען אינעם אַמעריקאַנעם קולטור. אויך דער נייער אַטעאיזם וועלכע האָט איבערגענומען אַמעריקע איז א רעזולטאַט פון די דאָזיקע קאָמוניסטישע הצלחה.
פאַרוואָס ציטיר איך די דאָזיקע שרייבער? עס איז אינטערעסאַנט און אפשר אפילו נויטיק צו וויסן וועגן די פאַנטאַסטישע, עקסטרעמע און ראַדיקאַלע טעזעס וואָס געוויסע מענטשן בויען אויף כדי צו אויפקלערן די וויכטיקסטע וועלט געשעענישן במשך פון די לעצטע צוואַנציק יאָר.
|