פאָריקע וואָך האָט דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט סקאָט בראַון באַזיגט זיין דעמאָקראַטישע קעגנער, מאַרטאַ קאָוקלי, אינעם וואַל-פאַרמעסט אויפן אַמט אַלס סענאַטאָר פון מאַסאַטשוסעטס, אויפן אָרט פונעם פאַרשטאָרבענעם ליבעראַלן סענאַטאָר טעד (עדוואַרד) קענעדי, וועלכער האָט פאַרנומען דעם אַמט אין משך פון קרוב צו אַ האַלבן יאָרהונדערט.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ רעפּובליקאַנער פאָרשטייער ווערט אויסגעקליבן אַלס סענאַטאָר פון מאַסאַטשוסעטס זינט 1972. די דעמאָקראַטן, וועלכע האָבן באַטראַכט זייער זיג אינעם פאַרמעסט אַלס כמעט זעלבסטפאַרשטענדלעך, האָבן פאַרלוירן די איבערוויגנדע מערהייט אינעם סענאַט.
די רעזולטאַטן פון די וואַלן זענען אַ גרויסער זיג נישט בלויז פאַר דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי און די קעגנער פון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, נאָר אויך פאַרן ישראל-פּרעמיער, בנימין נתניהו. אין פאַרלויף פון ניין חדשים, האָט נתניהו אויסגעהאַלטן דעם דריק פון אָבאַמאַ, וועלכער האָט גענאָסן פון אַ דעמאָקראַטישער מערהייט אין ביידע הייזער פון קאָנגרעס. איצט וועט אָבאַמאַ זיין פיל מער אָנגעוויזן אויף דער שטיצע פון זיינע רעפּובליקאַנער קעגנער – די שטיצער און פריינט פון נתניהו.
קיין שום אַנדערער ישראל-פּאָליטיקער פּאַסט נישט צו זיינע שריט צו די פּאָליטישע געשעענישן אין אַמעריקע אַזוי גוט ווי נתניהו. ער האָט אַרומגעשלעפּט מיט די פאַרהאַנדלונגען איינצופרירן דאָס בויען אין די התנחלויות, און דאַן באַשלאָסן אָפּצושטעלן דאָס בויען אויף צען חדשים, וואָס וועלן זיך ענדיקן אין סעפּטעמבער, ערב די קאָנגרעס-וואַלן, אין וועלכע די דעמאָקראַטן ווערן דערוואַרט צו ליידן אַ דורכפאַל.
נתניהו האָט באַשלאָסן אויסצוהאַלטן דעם אַמעריקאַנער דריק, ביז זיינע שטיצער אינעם רעכטן פּאָליטישן לאַגער אין אַמעריקע וועלן פונדאָסניי אָקופּירן די מאַכט-פּאָזיציעס אין דער קאַפּיטאָל-געביידע און קענען צוריקהאַלטן די אימפּולסיווע פּאָליטישע אַקטיוויטעט פונעם ווייסן הויז. די וואַלן אין מאַסאַטשוסעטס, איינעס פון די העכסט-ליבעראַלע שטאַטן אין אַמעריקע, מאַכן שוין איצט שווער פאַר אָבאַמאַ.
די אָנהענגער פונעם שלום-פּראָצעס וועלן דאָס באַטראַכטן אַלס אַ דורכגעלאָזטע געלעגנהייט פון אָבאַמאַ, וועלכער האָט פאַרשווענדט זיין ערשטע יאָר אויפן אַמט אויף הוילע דיפּלאָמאַטישע פּראָצעסן און נישט באַוויזן אַפילו צו באַנייען די אונטערהאַנדלונגען צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער. איצט וועט עס אים אָנקומען נאָך שווערער: די שטיצע פון קאָנגרעס איז וויטאַל פאַר יעדן פּאָליטישן פּראָצעס, און אין דער איצטיקער פּאָליטישער אַטמאָספער אין אַמעריקע, ווען עס הערשט אַ שאַרפער קאָנפליקט צווישן די צוויי פּאַרטייען, וועט נתניהו זיך קענען פאַרלאָזן אויף דער שטיצע פון די רעפּבוליקאַנער, וועלכע וועלן צעשטערן מעגלעכע פּרואוון צו דריקן אויף ישראל.
אויב אָבאַמאַס פּאָפּולאַריטעט וועט פאָרזעצן מיטן פאַלן אַזוי ווי ביז איצט, און די רעפּובליקאַנער וועלן פונדאָסניי אייננעמען כאָטש איינס פון די ביידע קאָנגרעס-הייזער קומענדיקן נאָוועמבער, וועלן נתניהו און זיינע רעכטע שותפים קענען פריי אָפּאָטעמען און פאָרזעצן מיטן אויסברייטערן די התנחלויות און אויפשטעלן אידישע ישובים אין מזרח-ירושלים.
|