דאָ איז ״אבא״ אַ הונט
דער דובנער מגיד איז אַמאָל אָנגעקומען אויף שבת אין אַ שטאָט דרש׳ענען. אַרויסגייענדיק, זונטיק, מיט׳ן שמש צוזאַמעננעמען געלט פאַר דער שבת׳דירער דרשה, זיינען זיי אויך אַריין צום שטאָט-גביר, ר׳ אבא, זייער אַ קמצן. ווען דער גביר האָט דערזען דעם דובנער מגיד, האָט ער מורא געהאַט אים אָפּצוזאָגן, און אים געגעבן צוויי רוסישע גילדן.
דעם מגיד האָט די קאַרגע נדבה זיינע פאַרדראָסן, זאָגט ער צום גביר, ר׳ אבא׳ן:
– איך וויל אייך דערציילן וואָס מיט מיר האָט געטראָפן:
– אַמאָל אַן ערב פּסח, זייענדיק אונטערוועגנס, האָב איך פאַרבלאָנדזשעט. אַ גאַנצן טאָג האָב איך אַזוי אַרומגעוואַנדערט אין וואַלד, ביז כ׳בין ענדלעך אין אָוונט אָנגעקומען אין אַ דאָרף. אַריינקומענדיג אין קרעטשמע, האָב איך געטראָפן דעם קרעטשמער מיט אַ האַק און דעם זון מיט אַן אייזן, גרייט איינער דעם צווייטן צו דער׳הרג׳ענען. דערזעענדיג מיך, רופט זיך אָפּ דער פאָטער: ״איצט וועלן מיר וויסן ווער עס האָט רעכט״, און ער דערציילט מיר, אַז דאָס איז זיין זוהן. ער האָט אים געוואָלט מאַכן פאַר אַ לייט. צען יאָר האָט ער אים אָפּגעהאַלטן אין שטאָט, געשיקט אים לערנען, און איצט, אַז ער האָט אים געפרעגט דעם טייטש פון די ווערטער ״דזבין אבא בתרי זוזי״, זאָגט ער, ״דזבין – געקויפט״; ״אבא – אַ הונט״; ״בתרי זוזי – פאַר צוויי גילדן״. איך זאָג ״אבא – איז אַ טאַטע״, און ער זאָגט ״אבא איז אַ הונט״. נו, האָבן מיר זיך אַזוי לאַנג געשפּאַרט, ביז... איר זעט דאָך.
– בין איך געבליבן שטיין און נישט געוואוסט וואָס צו טאָן: זאָל איך זאָגן, אַז ״אבא״ איז אַ טאַטע, קען מיר נאָך דער זוהן דערלאַנגען מיטן אייזן; זאָל איך זאָגן, אַז ״אבא״ איז אַ הונט, וועט מיר נאָך דער פאָטער געבן מיט׳ן האַק איבערן קאָפּ. בין איך געפאַלן אויף אַ פּלאַן און געזאָגט: איר האָט ביידע רעכט... איבעראל איז ״אבא״ טאַקע אַ טאַטע, נאָר ״אבא״ פאַר צוויי גילדן איז אַ הונט.
פאַרביטן די יוצרות
אויף אַן אכסניא האָבן איבערגענעכטיקט אין איין צימער אַ רב מיט אַ ישיבה-בחור. אַזוי ווי דער ישיבה-בחור האָט גאַנץ פרי געדאַרפט אַוועקפאָרן מיטן אייזנבאַן, האָט ער געבעטן דעם משרת, ער זאָל אים אויפוועקן אינדערפרי. האָט ער פון גרויס איילעניש געכאַפּט און אָנגעטאָן אין דער פינצטערניש דעם רב׳ס לאַנגען אַטלעסן מלבוש, און איז געשווינד אַוועק אויפן וואָקזאַל. געקומען אַהין, כאַפּט ער לויפנדיק אַ קוק אין שפּיגל און דערזעט זיך, שרייט ער אויס מיט כעס:
– אַזאַ טיפּש דער משרת! געבעטן האָב איך אים מיך אויפצואוועקן, צום סוף האָט ער פאַרביטן די יוצרות און אויפגעוועקט גאָר דעם רב!
|