די היינטיקע סדרה פאַנגט זיך אָן מיט אַ ויהי, און די חז״ל זאָגן אונדז (מגילה דף י׳ עמוד ב׳), אַז וואו עס שטייט ״ויהי״, מיינט עס אַז ס׳איז געווען אַ צרה. וואו איז דאָ געווען די צרה? עס שטייט אין פּסוק ״ויהי בשלח פּרעה את העם״, עס איז געווען ווען פּרעה האָט אַרויסגעשיקט דאָס פאָלק פון מצרים. פאַרקערט, עס האָט דאָך געדאַרפט זיין אַ שמחה, אַז די אידן זיינען געגאַנגען קיין ארץ-ישראל? מיר ווייסן דאָך פון די פריערדיקע סדרות, אַז דער אויבערשטער האָט געשיקט משה און אהרן צו פּרעה, אַז ער זאָל באַפרייען די אידן, אויב נישט וועט ער באַשטראָפט ווערן מיט צען מכות, און דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה׳ן: בא אל פּרעה (קום צו פּרעה׳ן). נאָר דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה׳ן ״בא״, קום, איך וועל מיט דיר מיטגיין, מיין נישט אַז דו גייסט אַליין. איז אויב פּרעה האָט שוין באַפרייט די אידן, טא וואָס פאַר אַ צרה איז דאָ געווען?
דער ענטפער איז, אַז ״בשלח פּרעה את העם״, ער האָט דערצו צוגעבראַכט, אַז די אידן זאָלן פאָרן קיין ארץ-ישראל, דורך די צרות און פּיין. ווען נישט דאָס, האָבן זיי גאָרנישט גע׳חלומ׳ט און געטראַכט אַז מען דאַרף זיך אומקערן קיין ארץ-ישראל. דאָס איז געווען די צרה.
אָבער עס איז נאָך געווען אַ גרעסערע צרה, וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געפירט קיין ארץ-ישראל דורך אַן אַנדערן וועג, וואָס איז נישט געווען נאָענט, כדי די אידן זאָלן נישט חרטה האָבן און זיך וועלן אומקערן צוריק קיין מצרים. ״כי קרוב הוא״. ער איז עפּעס אַביסל נאָענטער צו אידן, קענען נאָך אידן אַ טעות האָבן און וועלן צוריקגיין קיין מצרים. ״ופּרעה הקריב״, ער האָט זיך געמאַכט דערנענטערן, און אידן האָבן אַ קורצן זכרון. ווי זיי דערזעען אַ שמייכל פון אַ גוי, פאַרגעסן זיי באַלד פון דעם וואַרפן קינדער אין טייך, פון דעם איינמויערן זייערע קינדער, און זיי בענקען שוין צום גוי; ״כי טוב לנו עבוד את מצרים״, עס איז אונדז בעסער צו זיין שקלאַפן אין מצרים.
ווי איז עס גאָר דענקבאַר, אַז נאָך אַזוי פיל ליידן פון די מצריים, זאָל מען זיך נאָך וועלן צוריקקערן צו זיי? נאָר ווייזט אויס, אַז אפילו ביי אידן קענען זיך געפינען אַזעלכע אומפאַראַנטוואָרטלעכע עלעמענטן, וואָס ווי נאָר די רדיפות גייען אריבער און זיי דערזעען אַ כלומרשט-פריינטלעכן פּנים און עטלעכע לאָקנדיקע גראָשנס אין לאַנד פון שונא (וישאלו ממצרים כלי כסף וכלי זהב), זיינען זיי גרייט אַלץ צו פאַרגעסן, מוחל צו זיין, און צוריקלויפן זיך חבר׳ן מיטן מערדער-פאָלק.
ווען מיר טראַכטן זיך אַריין דערין, זעען מיר ווי די געשיכטע חזרט זיך, ליידער, איבער. ווען מיר זיינען געווען קליינע אינגלעך, און געלערנט אין חדר, ווען מיר זיינען געקומען צו דער היינטיקער סדרה, טראָץ דעם וואָס דער היינטיקער שבת איז באַקרוינט מיט איינעם פון די שענסטע נעמען: ״שבת שירה״, דער שבת פון געזאַנג, ווייל מיר לייענען די פּרשה פון ״אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת״, און דעם שבת איז ביי אונדז אַ מנהג אַרויסצוטראָגן קאַשע פאַר די פייגל – איז מיט אַלעמען זיינען מיר אַרומגעגאַנגען פאַרצאָרנט און מיט גרויס כעס, ווען מיר האָבן געלערנט די פּרשה, אַז דער אויבערשטער האָט געדאַרפט פירן דורך אַנדערע וועגן די אידן קיין ארץ-ישראל, כדי זיי זאָלן זיך נישט וועלן אומקערן אין דעם טמא׳נעם לאַנד מצרים, וואו מען האָט די אידן אַזוי געפּייניקט און אָנגעטאָן געברענטע צרות.
אונדז האָט זייער שטאַרק וויי געטאָן, פאַרוואָס זאָלן אידן נישט פאַרשטיין וואָס עס מיינט פרייהייט, און קומען אין אַן אייגענעם לאַנד? נאָר, ליידער, מען ווערט אַזוי צוגעוואוינט צום גלות, אַז מען מיינט אַז עס דאַרף שוין אַזוי זיין. ווי דער וואָרים וואָס כאַפּט זיך אַריין אין ביטערן רעטאך, און מיינט אַז קיין זיסערס עקזיסטירט שוין נישט אויף דער וועלט.
אַ וואונדערבאַרן געדאַנק דריקט אויך אויס דער גרויסער גאון און צדיק, דער חידושי הרי״ם ז״ל אויף דעם פּסוק אין פּרשת וארא: די אידן האָבן זיך נישט צוגעהערט צו משה׳ן צוליב דעם קורצן אָטעם און צוליב דער שווערער אַרבעט.
אַ בן-מלך האָט זיך פאַרזינדיקט קעגן זיין פאָטער דעם קעניג, האָט אים דער פאָטער אַלס שטראָף פאַרשיקט צווישען בעטלער, ער זאָל זיך וואַלגערן און דערפילן די ביטערקייט פון אַן אָרעמען לעבן. נאָך אַ לאַנגער צייט פון לעבן מיט די בעטלער, האָט ער זיך איינגעוואוינט צו דעם לעבן, און האָט גאָר פאַרגעסן אין זיין אָפּשטאַמונג. אַ צייט שפּעטער האָט דער פאָטער, דער קעניג, דערפילט אַ רחמנות צו זיין זוהן, און ער האָט געשיקט צו אים פרעגן וואָס אים פעלט און וואָס ער פאַרלאַנגט. אויף דעם האָט דער בן-מלך געענטפערט מיט שמחה, אַז ער פאַרלאַנגט אַז דער פאָטער זאָל אים קויפן אַ נייע שנאָרער-טאָרבע, ווייל זיין אַלטע טאָרבע איז שוין צעריסן...
דער נמשל זיינען מיר, דאָס אידישע פאָלק; מיר זיינען שוין אַזוי לאַנג איינגעלעבט אין גלות, אַז מיר האָבן שוין קיין העכערע השגות נישט, ווי נאָר מתפּלל צו זיין אויף אַ נייע טאָרבע... ערשט ווען די גאולה וועט קומען און מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות, ערשט דאַן וועלן מיר דערפילן, אַז אויסער אַ שנאָרער-טאָרבע, זיינען דאָ פיל העכערע זאַכן וואָס האָבן אונדז געפעלט אין אונדזער פינצטערן גלות לעבן.
בשעת דער מלבי״ם האָט אין זיין פּירוש אויף דניאל אָנגעוויזן אין די לעצטע פּסוקים וועגן דעם זמן אין וועלכן מיר האָבן זיך צו ריכטן אויפן קץ, פעסטשטעלנדיק די גענויע צייט און די יאָרן ווען די גאולה וועט זיך אָנהויבן – האָט ער דאַן דערהאַלטן אַ רייע בריוו פון פאַרשידענע רבנים, וועלכע האָבן אים געמאַכט פאָרוואורפן, פאַרוואָס ער האָט זיך דערלויבט אויף אַזאַ זאַך, ווייל די חז״ל האָבן וועגן דעם שטרענג געוואָרנט, אויסרופנדיק: ״תיפּח עצמן של מחשבי קיצין״ (סנהדרין צ״ז). דאָס מיינט, געשוואָלן זאָלן ווערן די מענטשן וואָס רעכענען דעם סוף ווען משיח דאַרף קומען.
דערויף האָט זיי דער מלבי״ם געענטפערט מיט אַ משל: אַ סוחרישער איד פון פּוילן איז אַמאָל געפאָרן קיין לייפּציג, און ער האָט מיטגענומען זיין קינד, אַ יונגן אינגל, מיט זיך. קיין באַן איז נאָך אין יענע יאָרן נישט געווען, די נסיעה האָט מען געדאַרפט דורכמאַכן אין אַ געוויינלעכן וואָגן, מיט וועלכער מען האָט זיך אָפט געשלעפּט עטלעכע וואָכן, אָפּשטעלנדיק זיך אָפּרוען אין אַלע שטעטלעך און קרעטשמעס. אַזאַ רייזע האָט זיך גערעכנט אַלס אַ וויכטיקע געשעעניש, פאַר וועלכער עס האָבן זיך געפאָדערט גאָר גרויסע און לאַנגע הכנות. עפּעס אַ קלייניקייט, אַזאַ רייזע, אַזאַ וועג!... נאָכן אַריינזעצן זיך ענדלעך אינעם וואָגן, צו וועלכער די גאַנצע משפּחה איז געקומען באַגלייטן, און נאָך דעם ווי מען האָט שוין באַוויזן אָפּצופאָרן עטלעכע וויאָרסט פון דער שטאָט, ווענדט זיך דאָס אינגל צום פאָטער און פרעגט:
– טאַטע, עס איז נאָך ווייט פון לייפציג?
אָנשטאָט צו ענטפערן אים, האָט דער פאָטער אים אָפּגעמאָסטן מיט אַ שאַרפן חוזק-בליק, פון וואָס דער אינגל האָט זיך אָנגעשטויסן, אַז ער האָט זיך מיט דער דאָזיקער שאלה עפּעס גאָר שטאַרק באַנאַרישט, און מער האָט ער שוין במשך פונעם גאַנצן וועג נישט געוואַגט צו שטעלן דעם טאַטן די דאָזיקע פראַגע. אַזוי האָט מען זיך געשלעפּט עטלעכע וואָכן, שטאָט-איין, שטאָט-אויס, קרעטשמע-איין, קרעטשמע-אויס; ביז איינמאָל דערזעט פּלוצים דאָס אינגל ווי דער פאָטער ווענדט זיך צום בעל-עגלה און פרעגט אים: ״פעטער, עס איז נאָך ווייט פון לייפּציג?״. דאָ ווערט דאָס אינגל אויסער זיך, און ער שטעלט דעם טאַטן אַ האַרבע שאלה:
– פאַרוואָס, בשעת איך האָב דיך געפרעגט, צי עס איז נאָך ווייט קיין לייפּציג, האָסטו אויף מיר געגעבן אַזאַ קוק, גלייך ווי איך וואָלט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט דער גרעסטער נאַרישקייט, און צום סוף פרעגסטו גאָר אַליין די זעלבע שאלה?
– איך וועל דיר זאָגן, מיין קינד – ענטפערט אים דער פאָטער – די שאלה איז טאַקע די זעלבע, אָבער עס ווענדעט זיך ווען מען פרעגט זי. דו האָסט געפרעגט אין סאַמע אָנהויב, ווען מיר האָבן זיך נאָר-וואָס געהאַט אַריינגעזעצט אין וואָגן, נאָר-וואָס אָנגעהויבן צו פאָרן, שטעלנדיק קוים די ערשטע טריט צו דער אַזוי לאַנגער, ווייטער און געפערלעכער נסיעה פון הונדערטער טיילן; אַוועקצושטעלן זיך באַלד אין אָנהויב און פרעגן ווי ווייט עס איז, איז טאַקע זייער נאַריש און קינדעריש. איצט, אָבער, האַלטן מיר שוין ביים סאַמע סוף, עס איז נאָך העכסטנס עטלעכע וויאָרסט, און מען קען שוין דעריבער גאַנץ דרייסט פרעגן, ווי ווייט עס איז נאָך קיין לייפּציג.
– דאָס זעלבע – האָט דער מלבי״ם אויסגעפירט – איז אויך מיטן קץ, מיטן זמן הגאולה. בשעת מיר זיינען אַוועק אין גלות אַריין, האָבן אונדזערע הייליקע חכמים פאָראויסגעזען אַז עס שטייט אונדז פאָר זייער אַ לאַנגער און מורא׳דיקער וועג; אַ וועג, וואָס די נסיעה איבער אים וועט דויערן טויזנטער יאָרן; אַ וועג, וואָס וועט זיין פול מיט די שוידערלעכסטע נסיונות און שרעקלעכסטע ליידן. זיי האָבן, אַלזאָ, איינגעזען, אַז אויב מען וועט מגלה זיין פאַרן פאָלק דעם טרויעריקן אמת, ווי מורא׳דיק דער דאָזיקער וועג וועט זיך ציען, און אַז דער קץ וועט ערשט קומען אין טויזנטער יאָרן ארום, וועט אַלעמען אַרומנעמען אַ שרעקלעכע פאַרצווייפלונג; עס וועט אָפּגעשטעלט ווערן יעדע טעטיקייט ביי אידן און עס וועלן אויסגעלאָשן ווערן אַלע האָפענונגען, ווייל ווער איז אימשטאַנד אַזאַ אומענדלעכן וועג דורכצומאַכן, און ווער האָט עס כוח אַזוי לאַנג צו וואַרטן? האָבן זיי דעריבער אַרויסגעגעבן אַ באַפעל: ״תיפּח עצמן של מחשבי קיצין״, קיינער זאָל נישט וואַגן אויסצוזאָגן ווי ווייט עס איז, מען טאָר נישט מגלה זיין. איצט, אָבער, ווען אַלע סימנים ווייזן דערויף, אַז מיר האַלטן שוין, ברוך השם, ביים סאַמע סוף, מעג מען שוין ענדלעך אָנווייזן דעם זמן און אויסזאָגן דעם סוד ״ווי ווייט עס איז קיין לייפּציג״...
דאָס זעלבע וויל איך זאָגן: אונדזער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער נאָענט. דעריבער זאָלן מיר זיך נישט דערווייטערן פון דעם נאָענטן וועג, און טאָן וואָס מער מיר קענען פאַר דעם אויפבוי פון מדינת ישראל.
|