דער ישראל-פּרעזידענט - שמעון פּערעס דער ישראל-פּרעזידענט, שמעון פּערעס, האָט פאָריקע וואָך מיטוואָך, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אָנדענקס-טאָג צו דער שואה, געהאַלטן אַ רעדע אויף העברעאיש צום דייטשישן פּאַרלאַמענט, דעם ״בונדעסטאַג״, אין בערלין, זאָגנדיק אַז די לעקציע וואָס די וועלט האָט געלערנט פון דער שואה איז: ״קיינמאָל מער נישט.״
ביים אָנהייב פון דער רעדע האָט ער געזאָגט קדיש. דערנאָך האָט פּערעס געזאָגט אַז ״די שואה-איבערלעבער שיידן זיך ביסלעכווייז פון דער וועלט. זייער צאָל ווערט טעגלעך ווייניקער. גלייכצייטיק, לעבן נאָך אין דייטשלאַנד, אייראָפּע און נאָך פּלעצער די וואָס האָבן געטאָן די געמיינסטע אַרבעט אין דער וועלט - גענאָציד. ביטע, טוט אַלץ זיי צו באַשטראָפן.״
פּערעס האָט דערציילט וועגן זיין געבורטסשטאָט אין בעלאַרוס, וואָס איז אָקופּירט געוואָרן דורך די נאַציס, און וועגן דער געשטאַלט פון זיין זיידן, וואָס האָט איבערגעלאָזט אויף אים אַן איינדרוק ביזן היינטיקן טאָג. רעדנדיק וועגן דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האָט פּערעס געזאָגט אַז אויב די גרינדונג וואָלט נישט פאַרשפּעטיקט געוואָרן, וואָלט די שואה געקענט פאַרמיטן ווערן. ״כ׳בין שטאָלץ מיט דער אַנטשטייאונג פון ישראל, וואָס איז דער מאָראַלישער און היסטאָרישער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק,״ האָט פּערעס געזאָגט.
באַציענדיק זיך צו דער געפאַר פון איראַן, האָט פּערעס געזאָגט אַז ״די דראָאונגען צו פאַרטיליקונג אַ פאָלק און אַ לאַנד הערן זיך אין שאָטן פון דער אַנטוויקלונג פון מאַסן-פאַרניכטונגס געווער.״ פּערעס האָט באַהויפּטעט אַז פּונקט ווי די מיליאָנען איראַנער, וועלכע שטעלן אַ ווידערשטאַנד צו דער דיקטאַטור אין לאַנד, ״שליסן מיר אויך אויס אַ פאַנאַטישע הערשאַפט, וואָס איז אין קעגנזאַץ צו די גרונט-פּרינציפּן פון דער יו-ען; וואָס דראָט מיט פאַרטיליקונג, באַגלייט פון נוקלעאַרע רעאַקטאָרן און מיסילס און ווענדט אָן טעראָר אין איר לאַנד און אין אַנדערע לענדער.״
אין זעלבן טאָג האָט פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו געהאַלטן אַ רעדע ביי דער צענטראַלער אָנדענקס-צערעמאָניע צו דער שואה אינעם פאַרטיליקונגס-לאַגער אוישוויץ-בירקענאַו אין פּוילן. ״כ׳בין געקומען פון ירושלים אייך זאָגן – מיר וועלן קיינמאָל נישט פאַרגעסן, מיר וועלן נישט דערלאָזן דעם שואה-אָפּלייקענער, אָדער דעם קברים-שענדער, פאַרקרימען אָדער אָפּמעקן דעם זכרון,״ האָט נתניהו געזאָגט.
״מיר געדענקען די וואָס זענען פאַרפרוירן געוואָרן צום טויט, און אַז נישט – געטויט געוואָרן מיט גאַז און פאַרברענט געוואָרן אין די קרעמאַטאָריעס,״ האָט נתניהו צוגעגעבן. ״מיר געדענקען אויך אַז אַ דריטל פון די חסידי אומות העולם, וועלכע האָבן זיך איינגעשטעלט די לעבנס, און די לעבנס פון זייערע קינדער און פאַמיליעס צו ראַטעווען אַנדערע, זענען געווען די פּאָלאַקן.
״מיר וועלן שטענדיק געדענקען וואָס דער נאַצישער עמלק האָט אונדז געטאָן, און וועלן נישט פאַרגעסן צו שטיין אויף דער וואַך וועגן דעם נייעם עמלק, וועלכער דערשיינט אויף דער טריבונע פון דער היסטאָריע און דראָט ווידער צו פאַרטיליקן די אידן. מיר וועלן קיינמאָל מער נישט לאָזן די האַנט פון שלעכטס אויסרייסן אונדזערע לעבנס,״ האָט נתניהו אויסגעפירט. ״קיינמאָל מער נישט.״
אויך דער פּוילישער פּרעזידענט, לעך קאַטשינסקי, און דער פּוילישער פּרעמיער-מיניסטער, דאָנאַלד טוסק, האָבן זיך באַטייליקט און געהאַלטן רעדעס ביי דער צרעמאָניע, און אַזוי אויך שואה-איבערלעבער און פּאָלאַקן וועלכע האָבן געראַטעוועט אידן ביי דער שואה.
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט איבערגעגעבן אַ באַגריסונג דורך אַ פאָטאָגראַפירטן בריוו, דערקלערנדיק אַז ״די פאַרברעכער האָבן געוואָלט פאַרניכטן דאָס גאַנצע אידישע פאָלק, אָבער זינטן עפענען די טויערן פונעם פאַרטיליקונגס-לאַגער 65 יאָר צוריק, שטייט איר. און יעדן טאָג וואָס איר לעבט, יעדע קינד און אייניקל וואָס אייער פאַמיליע האָט געברענגט אויף דער וועלט מיט ליבשאַפט, יעדער טאָג וואָס די זון שיינט אויף דער אידישער מדינה, ישראל – איז די ענדגילטיקע רעאַקציע צו דער איגנאָראַנץ און שנאה וואָס זענען געווען אויפן דאָזיקן אָרט.״
|