דער ״אמרי אמת״, כ״ק אדמו״ר ר׳ אברהם מרדכי אלתר זצ״ל, בעת אַ שפאַציר אויף דאַטשע. אויב חסידות עקזיסטירט נאָך אין אונדזער וועלט, און אויב רבישע ״הויפן״ באַווייזן נאָך אַלץ עטוואָס אַ לעבנס-גייסט, איז עס אַדאַנק דעם צדיק און קדוש עליון, רבי מנחם מענדל מאָרגענשטערן זצ״ל, באַקאַנט אַלס דער קאָצקער רבי. אויב חסידות פאַרמאָגט נאָך אַ ״כח משיכה״, אַ צוציאונגס-קראַפט, און דערוואַרימט היינט-צו-טאָג די הערצער פון טויזנטער בחורים און יונגעלייט, איז עס צוליב דער שלהבת, דעם פלאַם, וואָס ברענט נאָך אַלס אַ ״שארית״, אַלס ״רעשטל״, פונעם ״אש להבה״, פונעם ריזיקן פלאַם-פייער, וואָס דער ״חוצב להבות אש״, דער צדיק רבי מנחם מענדל פון קאָצק האָט אָנגעצונדן מיט העכער 150 יאָר צוריק, אין צוויי קליינע, אָרימע שטעטלעך אין פּוילן – פריער אין טאָמאַשאָוו, און שפּעטער אין קאָצק.
קאָצקער חסידות האָט גייסטיק געשפּייזט און אויפגעלעבט, דירעקט און אומדירעקט, דעם חסידישן גייסט אין פּוילן, ביזן חורבן פון מזרח-אייראָפּעאישן אידנטום. קאָצק האָט אָבער געשאַפן, פאַרזאָרגט און צוגעשטעלט ״חיות״, – גייסטיקע לעבנס-קראַפט און הייליקע ״וויטאַליטעט״ לדורות, אויף אייביק, ממש לעדי עד. אויב מ׳זאָל זיך באַנוצן מיט אַ וועלטלעכער שפּראַך, ווי רש״י (שמות י״ט, י״ח) שרייבט: ״לשבר את האוזן״ – צוצולייגן אַן אויער צו פאַרשטיין בעסער, קען מען מיט רעכט זאָגן, אַז דער קאָצקער רבי האָט פאַרשפּרייט ענערגישע כוחות פון גייסטיקער אידישקייט, וואָס האָבן געפירט די חסידישע באַוועגונג צו לעבן ווייטער נאָכן שרעקלעכן חורבן. לויט די היינטיקע באַגריפן, האָט דער קאָצקער רבי ״אויפגעריסן״ אטאָמישע ענערגיע – אָבער, אין אַן אַנדערן זינען, צו בויען און שאַפן וועלטן, אויסאַרבעטן און פאָרמירן דעם ״אַבסאָלוטן איד״. איך האָב שוין אַמאָל פאַרגליכן קאָצק צו אַ ״גאַזאָלין-סטאַנציע״, פון וועלכער די אַלגעמיינע חסידישע באַוועגונג האָט ״אויסגעפּאָמפּט״, ווי מ׳זאָגט, גייסטיקע כוחות מיט וועלכע זי וועט אָנגיין עד ביאת הגואל.
וואָס מער מ׳פּראָבירט אַריינבליקן אין דער סוגיא פון קאָצק, אַלץ שווערער, און אייגנטלעך, כמעט אוממעגלעך, ווערט דער ״צריך עיון״. ס׳איז נישט בלויז וואָס מען האָט נישט קיין השגה און באַגריף, אַפילו נישט אַן ״אפס קצהו״, און אויך נישט אַ ״מעט מן המעט״ אין דער גרויסקייט און הייליקייט פון קאָצקער רבי׳ן, נאָר קאָצק איז געווען, און איז פאַרבליבן, אַן איינמאָליקע, דערהויבענע דערשיינונג, און דער רבי – איזאָלירט און לגמרי אָפּגעזונדערט פון דער וועלט, זייענדיק פאַרשפּאַרט יאָרן לאַנג אין זיינע דל״ת אמות, – האָט געעפנט גייסטיקע קוואַלן, דעם ״מקור חיים״ פון וועלכן חסידות שעפּט איר כוח ביזן היינטיקן טאָג, און אויך אויף ווייטער.
ס׳איז נישט פאַראַן נאָך אַ רבי אין דער געשיכטע פון דער חסידישער באַוועגונג, וואָס האָט אַרויסגערופן אַזאַ אינטערעס, און געשאַפן אַזאַ נייגער און סודות׳פולקייט ווי דער קאָצקער רבי זצ״ל. אויך שרייבער און אַזוי-גערופענע חסידות-פאָרשער און היסטאָריקער, וואָס האָבן בכלל נישט געהאַט קיין שייכות מיט חסידות, האָבן ״באַשריבן״ קאָצק, און ״געשילדערט״ דעם קאָצקער רבי׳ן. די מערהייט פון די דאָזיקע ביכער און פאָרש-אַרבעטן וועגן קאָצקער, זיינען נישט מער ווי אויסגעטראַכטע פאַנטאַזיעס און געשיכטעס, וואָס פאַרדינען אַפילו נישט אַ רעאַקציע.
אָבער אין דער בחינה פון ״זה לעומת זה״, איז נישט געווען נאָך אַ צדיק און חסידישער רבי וועגן וועמען זיינע תלמידים און חסידים האָבן גערעדט מיט אַזאַ פאַרערונג און מורא׳דיקער התפּעלות, ווי וועגן קאָצקער רבי׳ן. און נישט ווייניקער וויכטיק איז, ווער עס זיינען געווען די קדושי עליון, די פאַרערער און חסידים וואָס זיינען געפאָרן קיין קאָצק, און האָבן אונדז איבערגעלאָזט עדות׳שאַפט וועגן דער גרויסקייט פון קאָצקער רבי׳ן, פּראָבירנדיק אויפדעקן אַ ״משהו מן המשהו״, פון דעם וואָס איז אָנגעגאַנגען אין דער עלפטער ״ספירה״, וואָס מ׳רופט מיטן נאָמען קאָצק.
דער צדיק רבי יצחק מאיר אַלטער זצ״ל, באַקאַנט אַלס דער חידושי הרי״ם און דער ערשטער גערער רבי, וועלכער איז געווען דער בולט׳סטער און גרעסטער צווישן דער גרופּע ״בני עליה״, וואָס זיינען נאָך דער הסתלקות פון רבי׳ן ר׳ בונם זצ״ל פון פּשיסכא (וועלכער איז נסתלק געוואָרן י״ב אלול תקפּ״ז), געפאָרן צום קאָצקער רבי׳ן, האָט געזאָגט, אַז ״אויב דער קאָצקער רבי וואָלט געלעבט אין דור פון די תנאים, וואָלט ער געווען איינער פון זיי״. דער חידושי הרי״ם, וועלכער איז אין יענער צייט שוין געווען באַקאַנט אַלס ״שר התורה״, האָט אויך געזאָגט, אַז ״וואָס עס דויערט מיר צו פאַרשטיין און באַגרייפן אין לערנען אַ גאַנצן טאָג, פאַרשטייט דער קאָצקער רבי אין אַן אויגנבליק״.
ער האָט בכלל גערעדט וועגן דעם קאָצקער רבי׳ן מיט אויסערגעוויינלעכע אויסדרוקן. ווען ער האָט אַמאָל געוואָלט באַטאָנען די גרויסקייט פון זיין זוהן, רבי אברהם מרדכי זצ״ל (פאָטער פונעם ״שפת אמת״, וועלכער איז נסתלק געוואָרן בחייו פון זיין פאָטער דעם חידושי הרי״ם) האָט ער געזאָגט: ״וועגן מיין זוהן אברהם מרדכי קען מען זאָגן, אַז ער איז אַ קאָצקער חסיד...״.
37 יאָר איז דער חידושי הרי״ם געפאָרן קיין קאָצק. די התקשרות צווישן דעם חידושי הרי״ם און דעם קאָצקער רבי׳ן, איז פאַר זיך אַליין איינע פון די אויסשליסלעך-״דראַמאַטישע״ קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פון חסידות פּוילן. דער חידושי הרי״ם האָט באַזונדערס פאַרטיידיקט דעם קאָצקער רבי׳ן קעגן די פיילן פון זיינע מתנגדים צווישן די פאַרצייטיקע חסידישע רביים, וועלכע האָבן נישט געהאַלטן פון דער שפּיציקער שאַרפזיניקייט, און פון דעם עקסטרעמען אויפפאָדערנדיקן קאָצקער דרך.
איינמאָל האָט דער חידושי הרי״ם אויפגעקלערט דעם עניין וואָס דער קאָצקער רבי פלעגט שרייען אויף זיינע חסידים, און זיין כסדר׳דיקן געפינען זיך אין אַ בחינה פון ״רוגזא״: דער חידושי הרי״ם האָט געזאָגט, אַז פון די דריי אבות הקדושים, אברהם, יצחק, און יעקב, געפינען מיר בלויז ביי יעקב אבינו דעם באַגריף פון הקפּדה און ״חרון אף״. ״ויחר ליעקב... ויחר אף יעקב ברחל... וירב בלבן...״. דער ענין איז, ווייל יעקב אבינו סימבאָליזירט די אַבסאָלוטע פאַרקערפּערונג פון מדת האמת, ווי מיר זאָגן ״תתן אמת ליעקב״. אַ איד וואָס זיין גאַנצער מהות איז די מדה פון אמת, און ער קען דעריבער נישט פאַרנעמען דעם קלענסטן אָפּנויג פונעם אמת, אַזאַ איינער מעג ווערן ״אויפגערעגט״, און ער ווייסט ווי אַזוי צו נוצן די מדה פון כעס צום גוטן...
דער חידושי הרי״ם און די אַנדערע גדולים און שרי התורה פון זיין צייט, זיינען באַזונדערס נתפּעל געוואָרן פון דער גאונות אין תורה פון קאָצקער רבי׳ן. דער גאון נפלא, דער חידושי הרי״ם, האָט געזאָגט: ״אַזוי ווי די תורה איז געגעבן געוואָרן אויפן באַרג סיני ׳בקולות וברקים׳, אַזוי אויך זעט מען ביים קאָצקער רבי׳ן יעדן טאָג פונדאָסניי קבלת התורה ׳בקולות וברקים׳...״.
דער איידים פון קאָצקער רבי׳ן, דער סאָכאַטשאָווער רבי בעל ״אבני נזר״ זצ״ל, אַליין אַ גאון-הגאונים, שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר ״אגלי טל״, אַז פון זיין שווער האָט ער געלערנט ווי אַזוי צו לערנען. ״ואחר כך נכנסתי לפני ולפנים לבית חמי אדמו״ר מקוצק, מקור החכמה והתבונה, ממנו דרכי העיון למדתי, וממנו נתוודעתי מה יקרא חידושי תורה באמת, כי לא כל הפלפולים חידושים המה, ושמעתי ממורי וחמי שהתרעם על העולם אשר מעיינים מעט בהלכה״.
אויך האָט דער ״אבני נזר״ אַמאָל געזאָגט: ״כ׳האָב געזען אַ סך רביים און רבנים, אָבער מיין שווער איז געווען אַ מלאך ה׳ צבקות...״. ווייסן מיר דאָך וואָס די גמרא זאָגט, ״אם הרב דומה למלאך ה׳ צבקות, תורה יבקשו מפּיהו״.
דער צדיק רבי יחיאל מאיר זצ״ל פון גאָסטינין האָט געזאָגט: ״ווען איך האָב געגעבן דעם רבי׳ן שלום, האָב איך געשפּירט, אַז די שערי תורה עפענען זיך פאַר מיר...״.
ר׳ אהרן וואַלדען, דער מחבר פון ספר ״שם הגדולים החדש״, וועלכער איז אַליין געווען אַ קאָצקער חסיד, שרייבט וועגן דעם קאָצקער רבי׳ן, אַזעלכע אויסדרוקן וואָס ער שרייבט נישט וועגן אַנדערע אדמורי״ם און צדיקים וואָס ווערן דערמאָנט אין זיין ספר. ״גאון מובהק ואיש אלקים, קדוש ונורא מאוד... הטהור אשר השכיל מאוד בדרכי ה׳, להוציא לאור תעלומות חכמה לפקוח עינים עיוורות ... רבו נוראותיו ומי ישמיע כל תהלתו ... מי יעצור כח להגיד דרכו בקודש ... מי ימלל קדושתו ופרישותו, ומי יכול לספר צדקתו וחסידותו ורוח קדושתו, היה הפלא ופלא...״.
אויך איז באַקאַנט וואָס דער ״שפת אמת״ זצ״ל פון גער, האָט געזאָגט וועגן קאָצקער רבי׳ן. דער ״שפת אמת״ האָט אַמאָל געזען אַ גרופּע חסידים זיצן אין בית המדרש און שמועסן. ״וועגן וואָס רעדט מען דאָ?״, האָט דער ״שפת אמת״ געפרעגט די חסידים. ״מ׳רעדט וועגן קאָצקער רבי׳ן״, האָט איינער געענטפערט. האָט דער ״שפת אמת״ זיך אָנגערופן: ״אַ מלאך האָט זיך געדרייט אויף דער וועלט...״.
אין קאָצק האָט זיך קאָנצענטרירט אַ זעלטענע ״חבריא״ פון חסידים יחידי סגולה, אפשר נאָך גרעסער פון דער גרופּע ריזן ״בני עליה״, וואָס זיינען געווען מקושר צום רבי׳ן ר׳ בונם פון פּשיסכא, וועלכער איז געווען דער רבי פונעם קאָצקער רבי׳ן. איך וואָלט דאָ געקענט אַראָפּברענגען אַ ליסטע מיט די נעמען פון זיבעציק חסידים, וואָס זיינען באַקאַנט אַלס תלמידים פון קאָצקער רבי׳ן, און וואָס פילע פון זיי זיינען אַליין געוואָרן רביים, צו וועמען עס זיינען שפּעטער געפאָרן טויזנטער חסידים. בכלל איז די באַצייכענונג ״אַ קאָצקער חסיד״ געווען אין דער חסידישער פּוילן אַ לעגענדאַרער באַגריף, און ביז עטלעכע יאָר פאַרן חורבן האָבן נאָך געלעבט קאָצקער חסידים. ווען מ׳האָט געוואָלט רימען אַ שטעטל אָדער אַ געוויסן חסידישן ״שטיבל״, פלעגט מען דערמאָנען דעם נאָמען פון אַ קאָצקער חסיד אין יענעם שטעטל, אָדער וואָס דאַוונט אין יענעם ״שטיבל״.
(אגב, אויך אין גאַליציע זיינען ביזן חורבן נאָך געווען קאָצקער חסידים. דער פריערדיקער באָבובער רבי, כ״ק אדמו״ר ר׳ שלמה האַלבערשטאַם זצ״ל, האָט מיר אַמאָל דערציילט אין אַ געשפּרעך, אַז ביי זיין פאָטער, כ״ק אדמו״ר ר׳ בן ציון האַלבערשטאַם זצ״ל הי״ד, האָט זיך געדרייט אַן אַלטער קאָצקער חסיד (דאַכט זיך, אַז זיין נאָמען איז געווען ר׳ אביגדור), וועמען דער באָבובער רבי, בעל ״קדושת ציון״, האָט גאָר שטאַרק מקרב און מחבב געווען).
מיין פאָטער, הרב החסיד ר׳ יעקב מרדכי ע״ה, האָט מיר דערציילט, אַז דער ״בית ישראל״ זצ״ל, וועלכער האָט פאַר דער מלחמה געוואוינט אין וואַרשע, פלעגט באַזוכן מיין זיידן, הרב הצדיק ר׳ שלמה׳לע אַלטער זצ״ל, דער אינגערער ברודער פונעם ״שפת אמת״, וועלכער האָט נאָך געקענט קאָצקער חסידים וואָס זיינען געפאָרן צום ״חידושי הרי״ם״. ביי יעדן באַזוך, האָט דער ״בית ישראל״ אויסגעפאָרשט און אויסגעפרעגט רבי שלמה׳לען וועגן די קאָצקער חסידים וועלכע ער האָט געקענט. ״נו, אים האָסטו זיכער געקאָנט...״, פלעגט דער ״בית ישראל״ זאָגן, ביים דערמאָנען אַ נאָמען פון אַ קאָצקער חסיד. ״און וואָס איז מיט יענעם קאָצקער חסיד וואָס איז געפאָרן צום ׳שפת אמת׳?...״. אַזוי וויכטיק איז עס געווען פאַרן ״בית ישראל״, צו וויסן וועגן די קאָצקער חסידים און זייער אויפפירונג.
דער זיידע ר׳ שלמה׳לע אַלטער פלעגט זאָגן צו מיין פאָטער (זיין איידעם): ״כ׳קען דיר געבן צו פאַרשטיין אַ שווערן תוספות, אָדער דיר אויפקלערן אַ שווערן רמב״ם. אָבער צו שילדערן ווי אַזוי עס האָט זיך געפירט אַן אַלטער קאָצקער חסיד – דאָס איז נישט מעגלעך צו באַשרייבן. דאָס האָט מען געמוזט אַליין זען, מיט די אייגענע אויגן...״.
אויב די חסידישע באַוועגונג איז געווען אַן אַרמיי פון ״צבאות השם״, איז קאָצק געווען וואָס מ׳קען באַצייכענען אַלס די ״עליטע-גרופּע״, וואָס אויף דער מאָדערנער העברעאישער שפּראַך באַצייכנט מען עס היינט אַלס ״יחידת החוד״ – אַ שפּיצן-איינהייט. אויב ביי אַנדערע חסידישע ״איינהייטן״ זיינען פאָרגעקומען ״איבונגען״ און ״מאַנעוורעס״, איינמאָל אָדער צוויי מאָל אַ יאָר, האָבן אין דער ״קאָצקער איינהייט״ זיך קיינמאָל נישט אויפגעהערט אַפילו אויף אַ מאָמענט, די שווערע חסידישע ״איבונגען״ און אויסמאַטערנדע ״מאַנעוורירונגען״.
אין קאָצק זיינען אויך נישט געווען קיין ״גענעראַלן״ – דאָס הייסט, מיוחסים אָדער ״מחותנים״ מיטן רבי׳ן. אין קאָצק זיינען געווען סאָלדאַטן, וואָס האָבן כסדר אַרויפגעקלעטערט צום שפּיץ פונעם באַרג, און געהאָרעוועט דאָרט צו פאַרבלייבן, אויפן שפּיץ.
דער קאָצקער רבי האָט אַמאָל אויפגעקלערט דאָס וואָס דער רבונו-של-עולם האָט געזאָגט צו משה רבינו עליו השלום (שמות ל״ד, כ״ב): ״עלה ההרה והיה שם״. אויב משה רבינו געפינט זיך אויפן באַרג, נאָך וואָס דער ציווי ״והיה שם״? נאָר מ׳קען דערגרייכן דעם שפּיץ באַרג, אָבער ס׳איז פיל שווערער דאָרט צו פאַרבלייבן, אויפן שפּיץ...
דעריבער איז נישט קיין וואונדער, אַז קאָצק איז געווען בלויז פאַר ״יחידי סגולה״, און בלויז אמת׳ע ״בני עליה״ זיינען געווען מסוגל, ווי מ׳זאָגט, ״אויסצוהאַלטן דעם נסיון״ – באַזונדערס פון האָרעווען און אָפּרייניקן זיך פון נגיעות און פון גלוסטעניש צו כבוד.
|