ער איז נאָך צו יונג
בעת דער ערשטער רבי פון חב״ד, רבי שניאור זלמן זצ״ל פון ליאַדי, באַקאַנט אַלס דער בעל התניא והשולחן ערוך, איז געקומען קיין מעזריטש, האָבן אים די חסידים געוואָלט מאַכן פאַר אַ רבי, אויף וואָס רבי שניאור זלמן האָט זיי געענטפערט, אַז ער איז נאָך נישט ראוי דערצו, ער איז נאָך צו יונג. רופט זיך אָן צו אים רבי מענדעלע וויטעבסקער זצ״ל (געווען איז דאָס פאַר זיין נסיעה קיין ארץ-ישראל): וואו געפינען מיר דען, אַז צווישן די אַלע מעלות, וועלכע די חכמים רעכענען-אויס, וואָס אַ מנהיג דאַרף אַלץ באַזיצן, זאָל ער אויך דאַרפן זיין אַ ״בא בשנים״?
- מיר געפינען עס - ענטפערט רבי שניאור זלמן - בפירוש אין דער תורה, אין פפפרשת וארא. ביים אויסרעכענען די אַלע ״ראשי בית אבותם״ דערמאָנט נישט די תורה ביי קיינעם פון זיי ווי אַלט ער איז געווען, נאָר ערשט צוקומענדיג צו לוי׳ן ווערט געזאָגט: ״ושני חיי לוי שבע ושלשים ומאת שנה״. שפפפעטער, ווידער, ביים אויסרעכענען די בני לוי, ווערט ביי קיינעם פון זיי נישט דערמאָנט די יאָרן, נאָר ביי קהת: ״ושני חיי קהת שלש ושלשים ומאת שנה״.
- פון די ווייטער-אויסגערעכנטע בני קהת ווערט ווידעראַמאָל נישט דערמאָנט קיינעמ׳ס יאָרן, אויסער ביי עמרמ׳ען: ״ושני חיי עמרם שבע ושלשים ומאת שנה״. דערפון איז צו זען, אַז ביים מנהיג איז די צאָל יאָרן אַזאַ וויכטיקע זאַך, אַז די תורה געפינט פאַר נויטיק צו דערציילן, ווי אָלט עס זיינען געווען עמרם, קהת און לוי; זיין פאָטער, זיידע און עלטער-זיידע...
קורץ און שאַרף
נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס האָט רבי שמואל מאָהילעווער צונויפגערופן קיין ביאַליסטאָק אַן אסיפה פון אַלע ציוניסטישע פאָרשטייער. דערעפענענדיק די זיצונג, ווענדעט זיך ר׳ שמואל צו די פאַרזאַמלטע דעלעגאַטן, און זאָגט:
- רבותי, צוויי זאַכן פאַרלאַנג איך פון אייך: זיצן אין די היטלען און רעדן אידיש...
צווישן די דעלעגאַטן האָבן זיך אָבער געפונען אַזעלכע, וואָס זייער אומגאַנגסשפפפראַך איז געווען רוסיש. הויבט זיך אויף איינער פון זיי, דר. כהן-בערגשטיין, און דערקלערט:
- רבי! אייער בקשה צו זיצן אין די היטלען, וועלן מיר אייך צוליב-טאָן, כאָטש עס איז אַביסל שווער; אָבער רעדן אידיש קענען מיר נישט, מיר וועלן דאָך נישט קענען אַרויסזאָגן, וואָס מיר ווילן. אויב עמיצער אין דער סאבראניע פאַרשטייט נישט קיין רוסיש, טאָ זאָל מען אַוועקזעצן אַ פערעוואדטשיק (איבערזעצער)...
- ניין - רופט זיך אָפפפ דערויף ר׳ שמואל מאהילעווער מיט אַ שמייכל. - כ׳האב אייך אַלעמען געבעטן צו רעדן אידיש, נישט דערפאַר ווייל מען פאַרשטייט דאָ נישט קיין רוסיש, נאָר לטובת הענין. איר ווייסט דאָך, אַז משה רבינו איז געווען אַ ״כבד פפפה וכבד לשון״, איז דאָך עס אין פלוג טאַקע אַ פראַגע, פאַרוואָס האָט דער רבונו-של-עולם אויסגעקליבן צו שיקן צו פפפרעה׳ן אַ שליח, וואָס איז שווער אויפ׳ן לשון? דוכט זיך, אַז צו אַזאַ וויכטיקער שליחות ווי פפפועל׳ן ביי אַ קעניג ער זאָל באַפרייען אַ פאָלק, פפפאַסט זיך אַ מענטש מיט אַ מויל, מיט אַ געשליפענער צונג, ער זאָל מאַכן אַ רושם מיט זיינע רייד...
- די מעשה איז אָבער, רבותי, פאַרקערט: ווען צו פפפרעה׳ן וואָלט געקומען אַ דעלעגאַט אַ בעל-לשון, אַ גוטער רעדנער, וואָלט ער, ווי דער שטייגער איז, אַוועקגעלייגט פאַרן קעניג אַ פייערדיקע רעדע מכח פרייהייט, יושר און גערעכטיקייט, און ער וואָלט אַזוי לאַנג מאריך בדרוש געווען אַז ער וואָלט פאַרגעסן דעם עיקר - די אידישע גאולה; אַז משה איז אָבער געווען אַ ״כבד פפפה וכבד לשון״, איז ער געקומען צו פפפרעה׳ן און האָט געזאָגט קורץ און שאַרף: ״שלח את עמי״!...
- דאָס זעלבע – פירט-אויס הרב מאָהילעווער - איז מיט אונדזער אסיפה. כ׳ווייס דאָך, אַז איר זענט, ברוך השם, אַלע בעלי-לשון, גרויסע רעדנער, איז דאָך פפפשוט אַ מורא, אַז יעדער פון אייך וועט זיך פלייסן צו האַלטן אַ שענערע דרשה וועגן ארץ-ישראל, און מיר וועלן גאָרנישט באַווייזן צוצוקומען צום עיקר פון סדר-היום; אַז איר וועט אָבער רעדן אידיש, וואָס עס קומט אייך אָן אַביסל שווערלעך, וועט יעדער רעדן בקיצור, און צו דער זאַך...
|