״לא תגנוב״ - זאָלסט נישט גנב׳ענען. אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט, אַז מיר, אידן, האָבן געהערט פון ג-ט אויפן באַרג סיני ביים געבן אונדז די תורה, די צען געבאָטן: ״עשרת הדברות״, און מיר וועלן זיך אָפּשטעלן אויפן אַכטן געבאָט: ״לא תגנוב״. מען טאָר נישט יענעם באַגנב׳ענען (געלט, אָדער זאַכן); אָבער לויט דער תורה, חז״ל און שולחן-ערוך, קען מען אַ סענט ביי יענעם נישט צונעמען, און דאָך הייסט מען אַ גנב, ווי די חז״ל זאָגן (חולין דף צ״ד) ״אסור לגנוב דעת הבריות״. מען טאָר נישט באַ׳גנב׳ענען, אָפּנאַרן די מיינונג פון מענטשן. און דער רמב״ם זאָגט, ״ואפילו לגנוב דעת הבריות בדברים אסור״. ער זאָגט אויך: ״ולא יהיה אחד בפּה ואחד בלב, אלא תוכו כברו, והענין שבלב הוא הדבר שבפּה״. וואָס ער זאָגט מיטן מויל זאָל זיין גלייך צו דעם וואָס ער טראַכט אין האַרצן.
ליידער זיינען פאַראַן מענטשן וואָס רעדן איין זאַך און טראַכטן אַ צווייטע זאַך. און דאָס מיינט די תורה: ״לא תגנוב״ - זאָלסט נישט גנב׳ענען. דאָס מויל און דאָס האַרץ זאָלן זיין ביי דיר איינס און דאָס זעלבע.
אין די עשרת הדברות שטייט ״לא תגנוב״, אָבער אין פּרשת קדושים זאָגט די תורה ״לא תגנובו״. פאַרוואָס שטייט אין די צען געבאָט ״לא תגנוב״ - דו זאָלסט נישט גנב׳ענען, אַ לשון יחיד, און אין פּרשת קדושים אַ לשון רבים, ״לא תגנובו״, איר זאָלט נישט גנב׳ענען? זאָגן די חז״ל, אַז דער ״לא תגנוב״, דו זאָלסט נישט גנב׳ענען, מיינט ״בגונב נפשות״, ווען מען גנב׳עט מענטשן.
היינט-צו-טאָג איז נישט קיין נייעס, אַז מען גנב׳עט (סעקוועסטירט) מענטשן, און מען הייסט זיך באַצאָלן מיליאָנען; אַ סך מאָל באַצאָלט מען און מען הרג׳עט סיי ווי דעם מענטשן.
״לא תגנובו״, איר זאָלט נישט גנב׳ענען, מיינט ווען מען גנב׳עט-צו ביי יענעם געלט, אָדער זאַכן (סנהדרין פּ״ו). איז פאַרוואָס שטייט אַ לשון רבים, איר זאָלט נישט גנבענען? זאָגן די מפרשים, אַז דאָס גייט אויך אויף דעם, דער וואָס זעט ווי מען גנבעט און מאַכט זיך נישט זעענדיק. און אויב איינער קויפט-אָפּ די גניבה, איז אַלץ איינס ווי ער וואָלט געווען אַ שותף דערצו. דעריבער שטייט אַ לשון רבים, איר זאָלט נישט גנב׳ענען.
איך זאָג פּשוט: אין די עשרת הדברות, רעדט ג-ט צום יחיד, צום איינצלנעם מענטשן; דעריבער שטייט ״לא תגנוב״. ווי פלעגט זאָגן דער ״חוזה״ זצ״ל פון לובלין: די גאַנצע עשרת הדברות זיינען געזאָגט געוואָרן צום יחיד: ״לא יהיה לך״, ״לא תעשה לך״ - דאָס קומט צו ווייזן, אַז אַפילו ווען די גאַנצע וועלט נויגט-אָפּ פון דרך התורה, זאָלסטו זיך נישט פאַרקוקן דערויף. אויף איין-און-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן.
דער גאון ר׳ דוד דייטש זצ״ל פלעגט זאָגן: די עשרת הדברות זיינען געזאָגט געווארן מיט אַ לשון יחיד, ווייל אַ מענטש קען דאָך טראַכטן ביי זיך: אויב איך, איינער, וועל נישט מקיים זיין די תורה, וועט שוין די וועלט אונטערגיין? דעריבער איז די תורה געזאָגט געוואָרן ווי צו אַ יחיד: זאָלסט וויסן, אַז ג-ט האָט נישט קיינעם אויף דער וועלט, נאָר דיך אַליין...
די וועלט זאָגט אַ וויץ: פאַרוואָס שטייט דאָ ״לא תגנוב״, און אין פּרשת קדושים ״לא תגנובו״? דאָ ווערט גערעדט צו אַ פּראָסטן מענטש. דאָרט, אָבער, רעדט די תורה צו אַ שיינעם אידן, וועלכן מען קען נישט ״דו׳צען״, נאָר מען מוז רעדן צו אים בלשון ״איר״; צו אַזעלכן ווענדעט זיך די תורה און זאָגט אים: ״לא תגנובו״, זייט-זשע מוחל און גנב׳עט נישט.
רבי ליפּמאַן ראַדאָמסקער זצ״ל, דער איידעם פונעם ״תפארת שלמה״ זצ״ל, איז געווען אַ קאָצקער חסיד. איינמאָל, אַהיימקומענדיק נאָך שבועות פון קאָצק, פרעגט אים דער ״תפארת שלמה״: ״נו, וואָס ביסטו דאָרט דערגאַנגען; צי האָט מען אַנדערש מקבל געווען די תורה, ווי מיר דאָ?״
- יאָ, גאָר אַנדערש - ענטפערט אים דער איידעם. - ביי אייך דאָ טייטשט מען ״לא תגנוב״, איר זאָלט יענעם נישט באַ׳גנב׳ענען, און אין קאָצק ווערט געטייטשט: ״לא תגנוב״ - דו זאָלסט זיך אַליין נישט באַ׳גנב׳ענען.
צוויי סוחרים, וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט פלאַקס, האָבן געדונגען אַ שיף אַריבערצופירן די סחורה קיין פּרייסן, און יעדער פון זיי האָט אַוועקגעלייגט די סחורה אויף דער שיף אין אַ באַזונדערן ווינקל. אויפן וועג איז איינעם פון זיי אַריין אַ שלעכטער געדאַנק און ביינאַכט, ווען דער צווייטער סוחר איז געשלאָפן, איז ער אַוועק צום אָרט וואו די סחורה איז געלעגן, און ער האָט גענומען אַריבערטראָגן אַ טייל פון יענעמ׳ס פלאַקס צו זיך, צו זיין לאַגער.
אָנקומענדיק אויפן אָרט, נעמט דער גנב איבערוועגן די סחורה, און ער בלייבט שטיין אַ צעטומלטער: לויטן חשבון, וואָלט ער איצט געדאַרפט האָבן מער סחורה ווי ער האָט אַרויפגעלאָדנט אויף דער שיף, צום סוף האָט ער גאָר ווייניקער ווי פריער! ער האָט זיך גלייך געכאַפּט, אַז ער איז נעבעך געפאַלן אַ קרבן פון אַ ביטערן טעות, אַז אנשטאט אַריבערצוטראָגן יענעמס סחורה צו זיך, האָט ער אין דער פינצטער פאַרביטן די יוצרות און זיין סחורה אַריבערגעטראָגן צו יענעם... וואָס טוט מען, דערציילן? וועט ער זיך אַליין אויסגעבן אַלס גנב. פאַרשווייגן? וועט אים אויסקומען צו ליידן אַ גרויסן היזק.
נאָך אַ לאַנגען ישוב הדעת האָט דער כוח פון געלט סוף-כל-סוף גובר געווען, און ער איז אַוועק צום סוחר און אים מגלה געווען דעם גאַנצן אמת: אַזוי און אַזוי, ער האָט אים בדעה געהאַט צו באַ׳גנב׳ענען, אָבער צו זיין אומגליק האָט ער זיך אַליין באַ׳גנב׳עט און ער פאַרלאַנגט דעריבער, ער זאָל אים צוריקגעבן די סחורה וואָס ער האָט על-פּי טעות אַריבערגעטראָגן צו אים.
דערויף האָט אים יענער סוחר געענטפערט, אַז ער גלויבט אים נישט, ער זאָל זיין פעאיק אויף אַזאַ זאַך; ״אמת, איך האָב טאַקע מער סחורה וויפל עס וואָלט געדאַרפט זיין, אָבער דערפון איז נישט געדרונגען, אַז דאָס איז אייער סחורה; אפשר האָט דער פּריץ, ביי וועמען מ׳האָט געקויפט די סחורה, געהאַט אַ טעות אין דער וואָג, און איך דאַרף דאָס איבריקע צוריקגעבן דעם פּריץ״...
בקיצור, זיי זיינען אַוועק קיין קעניגסבערג האַלטן אַ דין תורה, ביים גאון דער מלבי״ם, פאַר וועלכן יעדער האָט איבערגע׳חזר׳ט זיינע פריערדיקע טענות. דער ערשטער האָט גע׳טענה׳ט: רבי, אַ שלעכטע מינוט איז אויף מיר אָנגעקומען, איך האָב זיך אַליין באַ׳גנב׳עט. דער צווייטער, דאַקעגן, האָט דערקלערט: ניין, רבי, גלויבט אים נישט; איך קען אים זינט יאָרן פאַר אַן ערלעכן סוחר, וועלכער איז באין-אופן נישט פעאיק אויף אַזעלכע זאַכן.
דער מלבי״ם האָט אַרויסגעגעבן אַ פּסק, אַז מ׳דאַרף דעם ערשטן סוחר געבן אַ שבועה: ער מוז שווערן בהן צדקו, אַז ער האָט דעם צווייטן געוואָלט באַ׳גנב׳ענען און דאַן באַקומט ער צוריק די סחורה, וואָס ער האָט זיך אַליין באַ׳גנב׳עט.
אַן ענלעכע געשיכטע האָט אַמאָל פּאַסירט אין פּראַג. צוויי אידן, אַ רייכער סוחר און זיין אָנגעשטעלטער, האָבן געפירט אַ ריזיקן טראַנספּאָרט וויין פון אונגאַרן. אויפן וועג, פאַרבייפאָרנדיק אַן אכסניא, האָט דער אָנגעשטעלטער, וועלכער האָט געהאַט ביי זיך אַביסל געלט וואָס ער האָט אָפּגעשפּאָרט אין משך פון לאַנגע יאָרן, מורא געהאַט צו פירן דאָס געלט מיט זיך, און ביינאַכט, ווען אַלע זיינען שוין געשלאָפן, האָט ער דאָס געלט פאַרשלאָסן אין אַ בלעכערנע כלי, און דאַן איז ער אַוועק אין הויף צו די וויין-פעסער, געעפנט איין פאַס, אַריינגעלייגט אַהין דאָס געלט. צוריק פאַרקלאַפּט, זיך געמאַכט אַ סימן, ער זאָל דערקענען דעם פאַס. אין דער זעלבער צייט איז גראָד דער באַלעבאָס דורכגעגאַנגען דורכן הויף; אָבער יענער איז געווען זיכער, אַז ער האָט גאָרנישט באַמערקט.
מ׳איז אָנגעקומען אין פּראַג, ער עפנט דעם פאַס - דאָס געלט איז נישטאָ! אַ דערשלאָגענער איז ער אַוועק צום שטאָט-רב, דער ״נודע ביהודה״ זצ״ל, און אים דערציילט פון זיין אומגליק. דער רב האָט תיכף געשיקט רופן דעם רייכן באַלעבאָס, און מיט ווייכע רייד האָט ער אים געגעבן צו פאַרשטיין, אַז הגם עס איז אים זייער שווער חושד צו זיין, אַז ער, דער חשובער באַלעבאָס, אַן אָנגעזעענער גביר, זאָל האָבן צוגערירט זיין האַנט צום געלט פון זיין אָרימען אָנגעשטעלטן, דאָך, אַזוי ווי אויסער אים, איז קיינער דעמאָלט נישט דורכגעגאַנגען אויפן הויף, מוז ער, אַלס רב, דורכפירן אַ געהעריקע חקירה ודרישה.
דער גביר איז געוואָרן מלא כעס און גענומען זידלען דעם אָנגעשטעלטן מיט די נידריקסטע ווערטער: אַזאַ קבצן, אַזאַ גאָרנישט! אָט אַזוי דאַנקט ער אים אָפּ פאַר דעם ברויט, וואָס ער עסט ביי אים; פאַר דעם גוטס, וואָס ער האָט מיט אים געטאָן! אין גניבה איז ער אים גאָר חושד?... זעענדיק, אַז ער לאָזט גאָרנישט רעדן צו זיך, רופט זיך אָן צו אים דער ״נודע ביהודה״:
- האָט קיין פאַראיבל נישט, אויך איך גלויב נישט, אַז איר זאָלט האָבן, חלילה, גענומען דאָס געלט, און אויך אייער אָנגעשטעלטער איז אייך דערין נישט חושד; אָבער אַזוי ווי דאָס געלט וואָס ער האָט אַריינגעלייגט אין איינעם פון די וויין-פעסער, פעלט דאָך פאָרט, איז נישט אַנדערש, נאָר דאָס האָבן געטאָן די גויאישע פורמאַנעס. אויפן וועג האָבן זיי ביינאַכט געעפנט די פעסער, אַריינגעשטעקט די הענט אין יעדן פאַס און געזוכט, ביז זיי האָבן אין איינעם פון זיי געפונען דאָס געלט. אַלזאָ, איר אַליין זענט פריי פון יעדן חשד, איר דאַרפט אים דעם היזק נישט אומקערן; אָבער דעם וויין איז אסור צו נוצן, ווייל איר ווייסט דאָך, אַז וויין צו וועלכן נישט-אידישע הענט האָבן זיך צוגערירט, האָט דעם דין פון ״יין נסך״...
ווי דער באַלעבאָס האָט דאָס דערהערט, איז ער געוואָרן בלייך ווי קאַלך און גענומען ציטערן, ווי גרויס ער איז. אינעם דאָזיקן וויין האָט ער אַריינגעלייגט אַ האַלב פאַרמעגן, און איצט שטייט אים פאָר, חלילה, בדיל הדל צו ווערן. וואָס טוט מען דאָ?
נישט זעענדיק קיין אַנדער אויסוועג פון דער שווערער לאַגע, האָט ער אַריינגעבעטן דעם ״נודע ביהודה״ אין אַ חדר מיוחד, און מיט טרערן אין די אויגן האָט ער זיך מתוודה געווען, אַז נישט די גויאישע פורמאַנעס, נאָר ער, איז ער מודה דעם אמת, האָט דאָס געלט אַרויסגענומען. אָבער פאַרן ״נודע ביהודה״ איז די דאָזיקע דערקלערונג געווען ווייניק. ניין – זאָגט ער אים - ער גלויבט אים נישט. ערשטנס, האָבן מיר אַ כלל, אַז ״אין אדם משים עצמו רשע״. צווייטנס, פון וואַנעט איז ער זיכער, אַז ער נעמט נישט ספּעציעל אויף זיך די שולד, כדי אויסצומיידן דעם גרויסן היזק וואָס עס שטייט אים פאָר, אויב דער וויין זאָל דערקלערט ווערן אַלס יין נסך?
דערויף האָט דער באַלעבאָס אויפגעוויזן מיט פאַרשידענע סימנים, אַז נאָר ער האָט דאָס געלט צוגענומען. דאַן האָט דער ״נודע ביהודה״ שטרענג דערקלערט, אַז ער וועט אים פריער נישט גלויבן, ביז ער וועט נישט שווערן אין שוהל פאַרן גאַנצן עולם, אַז ער איז געווען דער גנב.
אַזוי איז טאַקע געווען, דער רייכער באַלעבאָס איז אַוועק אין שוהל, אַרויף אויפן באַלעמער, און בפני כל עם ועדה אָפּגעגעבן אַ שבועה, אַז ער האָט ביי זיין אָרימען אָנגעשטעלטן צוגע׳גנב׳עט דאָס געלט, וואָס ער איז אים גלייך גרייט אומצוקערן מיט קנס וויפל דער רב וועט פאַרלאַנגען פון אים. ערשט דאַן האָט דער ״נודע ביהודה״ גע׳כשר׳ט דעם וויין.
אָט-דאָס מיינט: באַ׳גנב׳ע נישט זיך אַליין.
|