about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
צום אָ?שטאַם און טייטש פונעם ו
הירשע=דוד כ”ץ
 

אין שייכות מיט די וואַלן אויף ראש העיר (מעיאָר), וואָס זיינען לעצטנס אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער שטאָט ניו יאָרק, איז דערשינען אויפן אינטערנעט (וואו דען?), אויפן באַוואוסטן אידישן בלאָג "הייד פּאַרק" (ווי דען?), אָט אַזאַ מין באַמערקונג (זיבן טעג אין חשוון תשס"ו; דעם 9טן נאָוועמבער 2005):

"מיר האָבן געשטימט פאַר בלומבערג ווייל מיר האָבן געוואָלט אַן אויסעווייניקער (אַוטסאַידער), איינער וואָס רעדט זיך נישט איין, אַז מיר זיינען זיינע אונטערטאַנען און ער קען פון אונדז טרייבן קאַטאָוועס (וואָט-עווער דאָס מיינט)."

די לעצטע פראַזע, פאַר די וואָס לעבן ניט אין די ענגליש ריידנדיקע מדינות, איז טייטש, בערך: "וואָס דאָס זאָל ניט מיינען". מיר זיינען אָבער מודה, אַז די ענגליש-מעסיקע קאָנסטרוקציע האָט דאָ אַ באַזונדערן אידישלעכן חן אינעם זאַפטיקן לשון פון אָטאָ דעם "בלאָגער" (דער וואָס האָט זיך מטריח געווען אָנשרייבן זיינע מיינונגען אויפן דאָזיקן "בלאָג" וואָס אויפן אינטערנעט). פונדעסטוועגן, זיינען מיר אָבער אויסן ניט דעם "וואָט-עווער", אלא וואָדען, די פראַזע אויף וועלכער דער "וואָט-עווער" באַציט זיך, דהיינו: טרייבן קאַטאָוועס.

שפּילן זיך מיט ווערטער איז דאָך אַ מחיה.

און דערצו זיינען פאַראַן אַזעטקענע ווערטער, "לצעוואַטע מזיקים" אַזוי צו זאָגן, וואָס האָבן פאַרקערט אַ נטיה,  א ו נ ד ז  גאָר "אָפּצוטאָן אויף טערקיש". אונדזער בלאָגער ווייס דווקא יאָ, וואָס ס'איז אויף אידיש טייטש "טרייבן קאַטאָוועס", נאָר וואָס, ס'רופט ביי אים אַרויס אַ חשק צו שפּילעוודיקייט, אַ רמזל, אַז אינעם וואָרט שטעקט אַ נשמהלע פון אַ נסתר, אַ רואה ואינו נראה. ס'רופט ביי אים אַרויס, גאָר אידישלעך, גזירה-שווה-מעסיק, אַ פאַראידישטן ענגלישן וואָרט: "וואָט-עווער", אַ מין "זו דומה לזו", הגם די ווערטער "קאַטאָוועס" און "וואָט-עווער" זיינען, אויב ריידן פון אייבנאויף, "אַ קאָסע מיט אַ לוח און אַ סליחה מיט אַ פייערצוג". דער בלאָגער האָט אָבער אַ זעלטענעם אידישן שפּראַך חוש. להיפּוך צו אַנדערע בלאָגער. ניט אַלע בלאָגערים האָבן איין פּנים. אונדזערע אידישע בלאָגער זיינען דאָך ניט קיין יוונים.

*

וואָס אַן אמת, איז שוין מער ווי פינף הונדערט יאָר וואָס "קאַטאָוועס" רופט אַרויס ספקות מיט מחלוקהלעך, און אין דער ערשטער ריי, ביי די רבנים פון אַמאָליקן אשכנז. זיי זיינען דאָך בדיעבד געווען די ערשטע פאָרשער אויפן געביט פון אידיש. סיי דער היימישער עולם און סיי די וועלטלעכע געלערנטע, די און יענע זיינען עלול צו פאַרקוקן, אַז די גרויסע רבנים פון אַמאָליקן אשכנז (און ניט נאָר אשכנז) זיינען גלייכצייטיק געווען די אינטעלעקטואַלן, דער "קלאַס" געלערנטע, פאָרשער, שרייבער און קאָמענטירער.

אין טיילן פון אַמאָליקן מערבדיקן אשכנז, אין די דייטש-ריידנדיקע לענדער, האָט זיך אויף אידיש ניט געהערט אינמיטן וואָרט קיין חילוק צווישן f  ("פ") און v ("וו" אָדער רפה-בית). ביים ווייט גרעסטן רוב ווערטער, איז אָבער געווען אַ געירשנטע טראַדיציע שכבתב, צי פון לשון קודש און אַראַמיש (וואו די שרייבונג איז בדרך כלל געבליבן די קלאַסישע), צי פון די אַרומיקע גערמאַנישע לשונות (וואו די שרייבונגען האָבן צומאָל געדינט פאַר "מוסטערן" אויף וועלכע די אידישע שרייבונגען האָבן זיך ווייטער גענומען אַנטוויקלען).

ביי אַ וואָרט וואָס טרעפט זיך לכאורה נאָר און בלויז אויף אידיש, האָט אָבער געקענט שווער זיין וויסן גענוי: ווי אַזוי זשע שרייבט מען? דאָס האָט שטאַרק אינטערעסירט ביי אַ פאָלק וועמען עס איז גראַדע אָנגעגאַנגען די פראַגע, ווי אַזוי מ'שרייבט. אין דער אידישער קולטור געשיכטע (אַזוי אַמאָל און אַזוי היינט) שפּילט אויסלייג אַן אָנזעעוודיקע ראָלע, לאו דווקא פאַר זיך, נאָר ווי אַ מעכטיקער קאָמפּלעקס פון קולטור-היסטאָרישע סימבאָלן, באַדייטן, און אונטער-באַדייטן.

די פראַגע וועגן דער אַמאָליקער פאָרם פון אונדזער "קאַטאָוועס" איז אויפגעשוואומען אינעם "לקט יושר", וואָס ר' יאָסלין בר' משה האָט פאַקענדיקט שרייבן אין 1470, דאָס הייסט מיט אַ יאָר 535 צוריק (ער האָט געלעבט בערך פון 1423 ביז 1490). דער נאָמען "יאָסלין" (אָדער: "יאָסליין") איז די אַמאָליקע מערב-אידישע "קוזינע" פון אונדזער "יאָסל" און "יאָסעלע" (שטאַמען שטאַמען זיי דאָך אַלע אָפּעט פונעם אבי-אבות: יוסף). ר' יאָסלין בר' משה איז געווען דער תלמיד מובהק פונעם גרויסן פּוסק פון ווינער-ניישטאָט, איסרלין (ישראל בר' פּתחיה, דער "תרומת הדשן"; ער האָט געלעבט פון 1390 ביז 1460).

שרייבנדיק אין "לקט יושר" וועגן זיין רבין איסרלין, דערמאָנט ער זיך אַז

"בכל חנכה עשה קטפות ומקצת בחורים מן הסוגיא שלמדו תו' על חנכה [...] ויש לי קבלה מן הגאון זצ"ל לכתוב התיבה מן קטפות בזה האותיות לאפוקי מאותן הכותבין כתבות".

ס'הייסט אַן ערך:

"אַלע חנוכה האָט ער [ר' איסלרין] געמאַכט קאַטאָוועס מיט עטלעכע בחורים אויף דער סוגיא פון חנוכה-תורה [...] און איך האָב אַ קבלה פונעם גאון [איסרלין] זצ"ל, מ'זאָל אָנשרייבן דאָס וואָרט: קטפות; מבחין צו זיין פון די יעניקע וואָס שרייבן: כתבות."

דאָס איז געווען די שיטה: "קטפות". און בשעת מעשה איז אַ צווייטע גירסא, "כתבות", אויכעט פאַראַן געווען. אין אַמאָליקן אידיש איז אַפילו געווען אַ שם-איש פאַר דעם וואָס טוט די פּעולה: "קטף" אָדער "קטוף", ד.ה. אַ מענטש וואָס האָט ליב צו טרייבן קאַטאָוועס, לצען זיך, שפּאַסן זיך, אָפּטאָן אַ שפּיצל, חוזק מאַכן.

אין די שאלות ותשובות פונעם מהר"ם מינץ (ער האָט געלעבט אַן ערך פון 1415 ביז 1485) טרעפט מען: "הקטפים והדרשנים אומרים זה" (סימן מ"ג), דאָס הייסט: "די קטפים מיט די דרשנים זאָגן אַזוי"; ס'זעט אויס, אַז "קטפים" זיינען די וועלכע דרשענען אַ קאַפּ בדחנדותדיק, אַזעלכע וואָס קענען דעם עולם אַריינפירן אין אַ לאַכעניש און גלאַט אין אַ פריילעכער שטימונג אַריין. דאָס ברענגט אויך אַראָפּעט דער ש"ך אין הלכות מילה, אין יורה דעה (סימן רס"ה, סעיף כ"ג). מערערע מאָל איז געגאַנגען די רייד וועגן דעם וואָרט אין שייכות מיט בדחנות און פריילעך מאַכן אויף אידישע שמחות.

אינעם "ספר מידות" וואָס איז אַרויס אויף אידיש אין 1542 (דאָס איז אַ אידישער נוסח פון לשון-קודשדיקן "ארחות צדיקים"), טרעפט מען ניט ווייניק אונדזער וואָרט, וואָס ווערט גאָר געשריבן מיט אַ "כ" און אַ "ב". דאָרטן טרעפט זיך למשל אָט וועלכע אזהרה: "איין מלמד זול ניט כטובות טרייבן מיט זיינן תלמידים!" (צ"ח: ב).

דער באַוואוסטער אידישער פילאָלאָג יודאַ יאָפע ע"ה (1873 - 1966) האָט דעם ענין גרינטלעך אויסגעפאָרשט, ברענגענדיק אַ סך מראה מקומות, דער עיקר אין זיינער אַ פּרעכטיקער אַרבעט וואָס איז דערשינען אין "פּנקס" וואָס דער אַמעריקאַנער צווייג פון דער "ייוואָ" האָט אַרויסגעלאָזן אין ניו יאָרק אין 1927.

*

דער גרעסטער בעל-לשון ביי די אַמאָליקע אשכנזים איז געווען ר' אליה בחור (אלי הלוי אשכנזי). ער איז געווען שיער ניט דער איינציקער ביי די אשכנזים וואָס האָט דערפירט הלכות לשון אַזש ביז צו דער מדרגה וואָס ביי די גרויסע ספרדישע מדקדקים פון פאַר גירוש ספרד. פאַרוואָר, ער האָט אָנגעשריבן עמקותדיקע פּירושים אויף ר' משה קמחיס "מהלך" און ר' דוד קמחיס (דעם רד"קס) "מכלול".

ר' אליה בחור איז געבאָרן געוואָרן אין ניישטאָט אַרום 1468 און האָט די מערסטע יאָרן זיינע אויסגעלעבט אין איטאַליע. ער איז געווען שטאַרק פאַרליבט אין אַלע דריי אידישע שפּראַכן ביי די אשכנזים: לשון קודש, אַראַמיש, אידיש. זיין "ספר הרכבה" (איבער אינטערעסאַנטע ווערטער אינעם תנ"ך), "מתורגמן" (אַן אַראַמישער ווערטערבוך), און "מסורת המסורת" (וועגן די טראָפּ, די טעמי המקרא), זיינען צווישן די קלאַסישע ווערק אויף אָטאָ די געביטן.

אויף אידיש גופא, איז ר' אליה גאָר געווען דער ערשטער גרויסער אידישער שרייבער, וועלכער איז אונדז באַקאַנט, אין גאַנג פון די טויזנט יאָר אשכנז. זיין לאַנגע עפּישע פּאָעמע, "בבא דאנטונא" (באָוואָ [דער נאָמען פונעם העלד] פון [דער שטאָט] אַנטאָנע), וואָס ער האָט געשריבן מיט אַ יאָר פינף הונדערט צוריק, איז געווען שטאַרק באַליבט ביי אידישע לייענער אין משך פון דור דורות (צוערשט דערשינען אין ש"א — 1541). שפּעטער צו, אין די מזרח-אייראָפּעאישע לענדער, האָט מען עס גענומען אַרויסגעבן אונטערן נאָמען "בבא בוך" און דערנאָכדעם גאָר: "בבא מעשה". און דאָ האָט זיך שוין, אין די מזרחדיקע לענדער, אַריינגעטאָן אינעם עסק דאָס ענלעך קלינגענדיקע וואָרט "באָבע" (וואָס שטאַמט פון סלאַוויש), און עס איז געבאָרן געוואָרן אויף אידיש דער אויסדרוק: באָבע מעשה. דאָס איז אָבער אַן אַנדער מעשה, אָדער: אַן ענין פאַר אַן אַנדער איגרתל...

*

וואָס האָט עס אַלציקעדינג פאָרט צו טאָן מיט "קאַטאָוועס"? אַ סברא, אַז אַזאַ געניאַלער פילאָלאָג און שפּראַכן-קענער ווי ר' אליה בחור האָט געמוזט אויך פאַרכאַפּט ווערן פון אַזאַ טשיקאַוון וואָרט. אין יאָר ש"א (1541), איז אַרויס זיין מייסטערהאַפטער ספר "תשבי", וואָס נעמט אַריין 712 ווערטער (צי שרשים) לויט דער גמטריא פון "תשבי", וואָס פּאָרט זיך זייער שיין, בעת מעשה, מיט אליהו הנביאס באַקאַנטן צונאָמען (אליהו התשבי).

און אינעם "תשבי", גיט ר' אליה אָפּעט דעם שרש "כתב" צו דער דערקלערונג פונעם וואָרט "קאַטאָוועס":

"(...) כי כן בימים קדמונים היו בעלי צחיות ומושלי משלים כותבים דבריהם על פתחי בתי הנדיבים או ברחובות חומיות בסתר כדי שלא יודע מי הוא הכותב. וכן מנהג עוד היום ברומי ואותן הדברים נקראים כתבות. ורוב העולם טועים וסבורים שהוא כתוב בטית כטוב וכטובות מלשון טוב ואינם מבחינים בין רע לטוב!"

דאָס איז טייטש (בערך):

"ווייל אַזוי איז געווען אין די אַלטע צייטן, די קאָמיקער און משלים-מאַכער פלעגן דאָך בסודי-סודות אָנשרייבן זייערע ווערטער אויף די טירן פון די הייזער פון גבירים, אָדער אויף טונקעלע גאַסן, כדי מ'זאָל ניט וויסן ווער איז דער וואָס שרייבט! און אַזוי פירט זיך עד היום אין רוים, און דיאָ זאַכן רופן זיך "כתבות". אָבער דער גרעסטער טייל פון עולם האָט אַ טעות און מיינט אַז עס שרייבט זיך מיט אַ "ט" (כטוב, כטובות) פון לשון "טוב". קענען זיי דאָך ניט מבחין זיין צווישן גוטס (טוב) און שלעכטס (רע)!"

איז מיט אָטאָ דעם ווייכן, אידישלעכן הומאָר האָט ר' אליה אויפגעוויזן דעם ריכטיקן אָפּשטאַם פון "קאַטאָוועס". זיין דעה האָט אויך אָנגענומען ר' יעקב עמדין (דער יעב"ץ), וועלכער האָט עס דערקלערט אויך מיטן וואָרט "פּאַסקוויל", בנוגע צו בייזע אַטאַקעס וועלכע ווערן ניט אונטערגעחתמעט (דאָרטן אין "ספר בירת מגדל עוז", אַלטאָנע תק"ח —1748, שכ"ט ע"א און ע"ב).

אַז ר' אליהס עטימאָלאָגיע איז אַפּנים די ריכטיקע, איז צו זען פונדערפון וואָס עס פּאַסט זיך אַריינעט אין אַ באַליבטן אידישן משקל וואואַהין עס גייען אַריין אַ סך ווערטער (גדלנות, עקשנות, שדכנות, שמשות, חזנות וכו'), און וואָס ווייזן אָנעט אויף אַ מלאכה, אַ פאַך, אַ טואונג. וועגן אָטאָ דעם אוראַלטן משקל אויף אידיש איז שוין געגאַנגען אַמאָל די רייד אין אונדזערע איגרתלעך דאָ אין "זשורנאַל", אין שייכות מיט דער אָפטסטער פאָרם פון דעם וואָס "טוט די טואונג", ד.ה. — דער "טוער": גדלן, עקשן, שדכן, וכו', אַ סעריע וואו ס'געהערן אויך די אוראַלטע אשכנזישע נעמען "קלמן" און "זלמן" (אין "זשורנאַל", 26טן אויגוסט 2005 [www.algemeiner.com/generic.asp?ID=654]).

טיילמאָל איז אָבער דער משקל פונעם "טוער" לויט: חזן, קצב, שמש (וואָס פאַרנעמען זיך מיט — חזנות, קצבות, שמשות). והוא הדין לגבי "קאַטאָוועס": דער וואָס טרייבט קאַטאָוועס איז אַ "קאַטעוו" (געשריבן כתב, קטף, קטב און אַנדערש נאָך, אין משך פון די דורות). אין פאַרשיידענע גילגולים איז עס אין טייל דיאַלעקטן פון אידיש געבליבן שיער ניט ביזן היינטיקן טאָג. אלכסנדר האַרקאַווי גיט אָן, אין זיין וואונדערלעכן אידיש-העברעאיש-ענגלישן ווערטערבוך פון 1925 (וואָס איז האַיאָר אַרויס אויפסניי ביים פאַרלאַג פון יעיל אוניווערסיטעט): "קאַטעווניק". ער טייטשט עס: "בדחן" און "ליצן" (ז. 438).

איז וואָס איז געבליבן מכח "קאַטאָוועס"? ס'שטאַמט פון דעם וואָס מיר רופן היינט אָן, פּראָסט און פּשוט: "גראַפיטי" — בייזע צי קאָמישע זאַכן, ווערטער און פראַזעס וואָס קומען שאָקירן וכדומה, וואָס די גראַפיטי-שרייבער למיניהם שרייבן אַרויף אויף ווענט און אויף סאָבוויי באַנען, אַז קיינער קוקט זיך ניט צו. אויף אידיש איז עס געמאַכט געוואָרן פון לשון-קודשדיקן שורש "כתב" אויף אַן אַלטן, באַליבטן משקל. שוין מיט פיר-אַ-האַלב הונדערט יאָר צוריק, האָט ר' אליה געוואוסט צו דערציילן, אַז "אַזוי פלעגט מען טאָן אַמאָליקע יאָרן", און אַז אַזוי ט'ער אַליין געזען אויף די גאַסן פון רוים פאַר זיינע אויגן. סדנא דארעא חד הוא, וכן סדנא דזמנא...

*

אין משך פון די דורות איז אָבער לגבי "קאַטאָוועס" אָפּגעווייכערט געוואָרן דער זין פון בייזע, מיאוסע רייד קעגן אַנדערע. אַ סברא, אַז וואו ניט וואו איז קיינמאָל גאָרניט געווען אַזאַ באַדייט, און ס'איז פּשוט געבליבן לעבן דער באַנוץ וואָס איז פאַרצייכנט געוואָרן ביים "לקט יושר" און ביים מהר"ם מינץ, דהיינו: מאַכן אַ שפּאַס, אַ לאַך טאָן, אָדער זיך און אַנדערע פריילעך מאַכן, אַשטייגער צו חנוכה צי פּורים.

ס'איז אָבער פאָרט געבליבן אַ שמצל פון אַ ניואַנס פון "אָפּטאָן יענעם". אידן פון סאָסנאָוויץ, פּוילן, למשל, געדענקען, אַז ווען עמיצער האָט פאָרגעלייגט צו טאָן אַ טובה, און מ'האָט די "טובה" ניט געוואָלט אָננעמען, פלעגט מען ענטפערן: "טו מיר ניט כתבות!" (וואָרט-שפּיל מיט "טו מיר ניט קיין טובות"), און ניט נאָר אין סאָסנאָוויץ (אָט די ידיעה, אַדאַנק דעם חשובן געלערנטן ד"ר משה נתן ראָזענפעלד אין לאָנדאָן).

און אין אָט דעם זין, פאַרשפּרייט זיך היינט ניט נאָר קאַטאָוועס, נאָר אויך דאָס  ו ו אָ ר ט  "קאַטאָוועס", ניט נאָר אויף טונקעלע גאַסן פון רוים הבירה ביינאַכט, נאָר וואָדען, אין אַן אָרט וואָס איז גראַדע ניט געווען באַקאַנט יענע דורות: אויפן אינטערנעט, אינעם "סאַיבערספּעיס": אינדערלופטן, אַזוי צו זאָגן...

אָט למשל, אויפן זעלביקן אידישן בלאָג, איז דאָ ניט לאַנג (דעם 16טן אָקט. 2005) געגאַנגען אַ בריוול פון איינעם אַ בלאָגער (כתבות שרייבער?) צום אַנדערן, בזה הלשון:

"גוטע-וואָך ר' מאַטעס

האָסט געמאַכט קאַטאָוועס

טשאָלנט פון בלינצעס

קרעפּלעך פון האַלאָפּטשעס."

און וואָס איז מכח "האַלאָפּטשעס"? דאָס איז שוין, געוויינלעך, גאָר אַן אַנדער ענין.

טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

www.dovidkatz.net

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 15, 2005
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations