about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַן איגרתל פון קעשענעוו...
טרויעריקע אידן אין אַ מוראדיק טרויעריקער שטאָט
הירשע=דוד כ”ץ
 

אַ אידישע בעטלערקע אויף דער גאַס; אַן אייניקל פון מענדעלע מוכר ספרים; אַ מוזיקער פון ביראָבידזשאַן; דעם לעצטן אידישן שרייבערס אלמנה; אַ חסידישער רב אין קעשענעוו

פאָטאָס — פּאַוול פיגורסקי

   אַז מ’דערפרייט זיך מיט חנוכה, דאַרף מען בשעת מעשה געדענקען די אָרעמע, דורכגעליטענע אידישע זקנים אין מזרח אייראָפּע ביי וועמען ס’איז שווער, שטאַרק שווער, זיך צו פרייען בכלל.

 מיר זיינען אין קעשענעוו. טרויעריקע אידן אין אַ מוראדיק טרויעריקער שטאָט. וואָס נאָך קען מען זאָגן? אַ סך פון די עלטערע קעשענעווער אידן זיינען לעבן געבליבענע פון די געטאָס פון די חורבן יאָרן. די דייטשן און זייערע רומענישע מיטהעלפער האָבן זיי גערודפט און געפּייניקט אויף אַ גרויזאַמען אופן. און היינט אויף דער עלטער האָבן זיי דעם גורל אויסצולעבן די זיקנה-יאָרן אין דעם אָרעמסטן לאַנד אין אייראָפּע - מאָלדעווע (מאָלדאַוויע), דאָס לאַנד פון וועלכן קעשענעוו איז היינט די קרוינשטאָט.

 “קעשענעוו” איז דער אידישער נאָמען פון דער שטאָט וואָס הייסט אין אַנדערע שפּראַכן “קישינעוו”, “קישינעף” “טשישינאָו” און נאָך אַנדערש. אין דער אידישער געשיכטע און אינעם אידישן באַוואוסטזיין וועט דער נאָמען אויף אייביק אַרויסרופן אויפן געדאַנק די פּאָגראָמען פון 1903 און 1905 וואָס האָבן דאַמאָלסט אויפגערודערט די וועלט. אין ערשטן פּאָגראָם זיינען אומגעקומען ניין און פערציק אידן, אין צווייטן - ניינצן. הונדערטער זיינען אין זיי ביידע שטאַרק פאַרוואונדעט געוואָרן, און טויזנטער האָבן פאַרלאָרן זייער האָב-און-גוטס, אַז די ווילדע אַנטיסעמיטישע באַנדעס האָבן אַטאַקירט די אידישע גאַסן.

 די היינטיקע אידן וואָס זיינען געבליבן דאָ אין קעשענעוו (מ’האַלט, אַז אַן ערך צוואַנציק טויזנט זיינען פאַראַן), בעטן פונדעסטוועגן, אַז מ’זאָל ביי אידן איבער דער וועלט געדענקען, ניט נאָר יענע פּאָגראָמען, נאָר אויך די צענדליקער טויזנטער פון דער שטאָט און איר אומגעגנט וואָס זיינען דערמאָרדעט געוואָרן אין די חורבן יאָרן, און ועל-כולם, אַז מ’זאָל ניט פאַרגעסן אינעם אידישן לעבן אין דער שטאָט אין משך פון הונדערטער יאָרן, און אין לעצטן סך-הכל, אַז מ’זאָל ניט פאַרגעסן אין זיי גופא: די אָרעמע אידן וואָס לעבן היינט אין דער שטאָט און צוליב פאַרשיידענע סיבות קענען ניט אָדער ווילן ניט אַרויספאָרן.

 קעשענעוו איז אגב פון די שטעט וואָס האָבן אין פאַרשיידענע צייטן געהערט גאַנץ פאַרשיידענע מלוכות. לכתחילה, אין פופצענטן יאָרהונדערט, האָט זי געהערט די מאָלדאַווישע פּרינצן. נאָכדעם, האָט דאָ געהערשט די אָטאָמאַנישע (טערקישע) אימפּעריע. פון 1812 ביז דער רוסישער רעוואָלוציע אין 1917 האָט די שטאָט געהערט דער רוסישער (צאַרישער) אימפּעריע; זי איז יענע יאָרן געווען אַ “גובערנסקע שטאָט”. פון 1918 ביז 1940 (דאָס הייסט, אין די קינדער-יאָרן פון די היינטיקע עלטערע אידן), איז דאָס געווען רומעניע. אין 1940 האָבן עס פאַרכאַפּט די סאָוועטן, אין 1941 - די נאַציס מיט זייערע רומענישע שותפים ימח שמם וזכרם, און פון נאָך דער מלחמה איז עס אַריין אין סאָוועטנפאַרבאַנד ווי די הויפּטשטאָט פון דער מאָלדאַווישער רעפּובליק, און אַזוי איז געבליבן ביז 1991 ווען ס’איז צוזאַמענגעפאַלן דער סאָוועטנפאַרבאַנד און ס’איז אויפגעקומען די רעפּובליק “מאָלדאַוואַ”.

 ביי אידן - דאָס הייסט אין דער אידישער געאָגראַפיע און אין דער אידישער קולטור געשיכטע - ווערט קעשענעוו פאַררעכנט ניט אַנדערש נאָר צו: בעסאַראַביע, ווי ס’רופט זיך די גאַנצע געגנט רונד אַרום. דער אידישער דיאַלעקט איז “טאָטע-מאָמע לשון”, דאָס הייסט אַז “מ’רעדט אויפן קמץ”: “דער כאָזן דאָוונט שאָבעס אין שיל” (ענלעך ווי אין פּאָדאָליע און צום טייל רומעניע, הגם מיט אייגנאַרטיקע חנען). אויף “זייער קראַנק” זאָגט מען: “שטאַרק שלאָף”. איז: זאָלן אַלע נאָר געזונט זיין!

 אונדזער עקספּעדיציע, וואָס ווערט אָנגעפירט פון אינדיאַנאַ אוניווערסיטעט אין אַמעריקע, מיט פּראָפעסאָר דוב-בער קערלער בראש, איז אויסן אויסזוכן וואָס מער עלטערע אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן, זיי אינטערוויואירן און רעקאָרדירן אויף ווידעאָ, און וואו נייטיק איבערגעבן די אַדרעסן אינטערנאַציאָנאַלע אידישע אָרגאַניזאַציעס וואָס קענען צו הילף קומען די אָרעמסטע.

 אָט זיינען עטלעכע פון די אידן מיט וועלכע מיר האָבן זיך די טעג באַקענט.

 

* אַ אידישע בעטלערקע אויף דער גאַס

אין צענטער שטאָט טרעפט מען אַ סך בעטלער; יעדערער פון זיי האָט “זיין” אָדער “איר” באַשטענדיקן אָרט וואו מ’שטייט אַלע טאָג, און דאָס ווערט רעספּעקטירט אַפּנים סיי פון די “קאָנקורענטן” וואָס בעטלען און סיי פון די פּאָליציי.

 ביי איין עלטערער פרוי זעט זיך אַ אידישלעכער אויסזען, נאָר אונדז פּאַסט ניט צוצוגיין און פרעגן אַזאַ מין פראַגע. איז בלייבן מיר שטיין ניט ווייט פון אירע “ד’ אמות אויף דער גאַס” און ריידן אידיש. ס’דויערט ניט לאַנג און זי טוט מיט פרייד אַ שריי: “אידן?!” זומערצייט קומען אַביסל אויסלענדישע אידן, דער עיקר פון אַמעריקע און ארץ ישראל, זוכן דעם משפּחה-שורש, אָבער ווינטערצייט, פאַרזיכערט זי אונדז, איז דאָס די גרעסטע זעלטנהייט.

 מיר העלפן איר מיט אַלצדינג וואָס מיר קענען, און ריידן אָפּ זיך צו טרעפן ביי איר אין דער דירה, אויסגעפינען מער וועגן איר לעבן. די דירה איז אַן איין-צימערדיקע, בדלותדיקע כאַלופּע. זי הייסט לענאַ ראַבינאָוו. זי איז געבאָרן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1932. די עלטערן געדענקט זי קאַם, מחמת דעם וואָס סטאַלינס רעזשים האָט זיי אין 1937 פאַרשיקט קיין סיביר. מ’האָט איר געהאָדעוועט אין אַ קינדער-היים וואָס איז געווען פול מיט אַזעלכע “יתומים” וועמענס עלטערן מ’האָט פאַרשיקט.

 לענאַ האָט אַ גאַנץ לעבן אָפּגעאַרבעט אַלס אַ שניידערקע. איר פּענסיע איז איצט בערך זיבן און צוואַנציק דאָלער אַ חודש, האָט זי געמוזט נעמען בעטלען בכדי צו קענען לעבן, בפרט ווינטערצייט ווען ס’קאָסט זייער טייער הייצן די דירה.

 ביי איר איז דאָ איין חפץ וואָס איז איר טייערער פון אַלצדינג אין דער וועלט: אַ בילד פון איר באָבען וועמען זי האָט זייער ליב געהאַט. די באָבע האָט איר גענומען קיין קעשענעוו און איז געבליבן מיט איר ביז איר טויט.

 

* אַ מוזיקער פון ביראָבידזשאַן

ניט קוקנדיק אויפן שווערן לעבן, טרעפט מען אויך דאָ באַוואוסטע אידישע געלערנטע און קינסטלער וואָס זיינען מיט לייב און לעבן איבערגעגעבן זייער געביט. איינער אַזאַ געלערנטער אין קעשענעוו איז סערגאָ בענגעלסדאָרף, וועלכער איז אַ לערער אויפן געביט פון מוזיק און מוזיקאָלאָגיע אין דער הויכער אַקאַדעמיע. ער איז אויך אַ קאָמפּאָזיטאָר און מייסטער-פּיאַניסט וועלכער טרעט אַרויס אויף קאָנצערטן סיי דאָ און סיי אין אויסלאַנד. שוין יאָרן וואָס ער פאַרנעמט זיך מיט אידישער מוזיק און פירט אָן מיט קאָנצערטן און מיט קורסן. לכבוד אונדזער באַזוך ברענגט ער צוויי פון זיינע יונגע אידישע תלמידים וועלכע זינגען אָפּערע-מעסיק די לידער פון אידישע פּאָעטן צו וועלכע מען האָט צוגעשריבן מוזיק.

 סערגאָ בענגעלסדאָרף זאָגט:

 “איך האָב גאָרניט אַקעגן קלעזמער מוזיק, און ס’איז טאַקע שיין וואָס ס’איז דאָ אַזאַ אויפלעבונג אינעם אינטערעס אין קלעזמער מוזיק איבער דער וועלט. מ’טאָר אָבער ניט פאַרגעסן אין דער ערנסטער מוזיק פונעם קאָנצערט-זאַל, פונעם פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער און פון די ווערק פון אונדזערע אידישע פּאָעטן וועלכע פאַרדינען אַז ערנסטע קאָמפּאָזיטאָרן זאָלן צו זייערע לידער צושרייבן מוזיק, און אַז מען זאָל עס אויפפירן פאַרן עולם וואָס איז איבערגעגעבן דער הויך-קינסטלערישער מוזיק.”

 בענגעלסדאָרף איז געבאָרן געוואָרן אין 1937 אין ביראָבידזשאַן; דאָס איז דער “אידישער אויטאָנאָמער ראַיאָן” וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט געגרינדעט אין די שפּעטע צוואַנציקער יאָרן אַלס אַ “היימלאַנד פאַר די אידן”. ער באַווייזט אונדז זיין געבורטס-צערטיפיקאַט, וואָס איז צוויישפּראַכיק: אידיש און רוסיש, אָדער ריכטיקער געזאָגט געוואָרן: “סאָוועטיש-אידיש” און רוסיש. ס’ווערט אָנגערופן “צייגעניש וועגנ געבורט” (”וועגנ”, ווייל די סאָוועטיש-אידישע מנהיגים האָבן פאַרבאָטן די סוף אותיות). און פון אויבן שטייט געשריבן דער נאָמען פונעם שייכותדיקן רעגירונגס-דעפּאַרטמענט: “אָפּטייל פאר אקטנ וועגנ בירגערשטאנד” וואָס גייט אַריין אינעם “פאָלקס-קאָמיסאריאט פאר אינערלעכע איניאָנימ פון פססר”.

 היינט איז דאָס אַלץ עקזאָטיקאַ ממש...

 בענגעלסדאָרף איז אַן איידעלער, הויך טאַלאַנטירטער געלערנטער וועלכער האָט באַוויזן, און באַווייזט, גאָר אַ סך, אויפן געביט פון אידישן קולטור לעבן דאָ. ער פירט אויך אָן מיט אַ רעגלמעסיקער פּראָגראַם אויף אידיש אויף דער ראַדיאָ דאָ און אַרבעט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט.

 זיין מאַמע איז געווען די אידישע פּאָעטעסע ליובע וואַסערמאַן, וועלכע האָט געלעבט פון 1905 ביז 1975. זי איז געווען אַ געבאָרענע אין פּוילן וואָס האָט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין 1925 און איז שפּעטער, אין 1934, אַוועק אין סאָוועטנפאַרבאַנד און זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן, וואו ס’איז אין 1937 געבאָרן געוואָרן איר זון סערגאָ.

 

*אויפן פרישן קבר פון באַוואוסטן בעסאַראַבישן אידישן שרייבער יחיאל שרייבמאַן

אונדזער עקספּעדיציע האָט פאַרשטייט זיך בדעה געהאַט זיך צו טרעפן אין קעשענעוו מיט דעם באוואוסטן אידישן שרייבער פון בעסאַראַביע יחיאל שרייבמאַן. אַז מיר זיינען שוין געווען אונטערוועגנס, אין אוקראַינע, איז אָנגעקומען די ידיעה אַז ער איז נפטר געוואָרן, פרייטיק דעם 9טן דעצעמבער, אַן ערך דריי חדשים פאַרן ווערן אַ דריי און ניינציקער. ער איז געבאָרן געוואָרן אין וואָדראַשקעוו, בעסאַראַביע, אין מערץ 1913.

 עס איז זייער טשיקאַווע טרעפן זיך מיט זיין אלמנה, מאַרינאַ. זי דערציילט אונדז וועגן זייער לעבן:

 “איך בין אַ רוסישע, ניט קיין אידישע, איז זייט מוחל וואָס איך רייד אידיש ווי אַ גויה”, זאָגט זי, ריידנדיק בשעת מעשה אויף אַ טיפן בעסאַראַבישן אידיש.

 “איך בין שרייבמאַנס צווייטע ווייב. ווען מיר האָבן זיך געטראָפן אין 1969 איז יחיאל געווען 56 יאָר אַלט און איך 29. איך האָב זיך אויסגעלערנט אידיש און מיר האָבן געלעבט גליקלעך צוזאַמען די אַלע יאָרן.”

 איינער פון די אָנטיילנעמער אין דער עקספּעדיציע איז משה לעמסטער, אַ בעסאַראַבער אידישער פּאָעט וועלכער האָט עולה געווען קיין ארץ ישראל מיט אַ יאָר פינף צוריק. ער זאָגט: “שרייבמאַן האָט שטאַרק אינספּירירט דעם אינגערן דור אידישע שרייבער אין בעסאַראַביע. פאַר אונדז אַלעמען, איז ער געווען די צענטראַלע פּערזענלעכקייט אין דער אידישער ליטעראַטור אין בעסאַראַביע.”

 די אלמנה מאַרינאַ גיט צו: “מיין מאַן האָט אַרויסגעגעבן דריי און צוואַנציק אידישע ביכער. ער האָט זיין לעבן געווידמעט דער אידישער ליטעראַטור”.

 

* אַן אור-אייניקל פון מענדעלע מוכר ספרים

אין קעשענעוו לעבט אַ לייבלעכע אוראייניקל פונעם “זיידן” פון דער אידישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר ספרים. כידוע איז דאָס געווען דער ליטעראַרישער נאָמען פון שלום-יעקב אַבראַמאָוויטש. ער איז געבאָרן געוואָרן אומגעפער 1836 אין קאַפּולע, מינסקער גובערניע (היינט קאָפּול, בעלאַרוס) און איז געשטאָרבן אין אָדעס אין 1917. ער איז אויך געווען אַ גרויסער (און פּיאָנערישער) העברעאישער שרייבער.

 שלום-יעקב אַבראַמאָוויטשעס אוראייניקל, עלענאַ אַבראַמאָוויטש, איז טאַקע געבאָרן געוואָרן אין אָדעס. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין קעשענעוו. זי איז אַ באַקאַנטע לערערין פון מוזיק אין דער שטאָטישער קאָנסערוואַטאָריע. שוין יאָרן וואָס זי נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל אין דעם אידישן לעבן פון שטאָט, וואָס האָט זיך אויפגעלעבט נאָכן צוזאַמענפאַל פונעם סאָוועטנפאַרבאַנד. זי האָט זיך גענומען שטאַרק אינטערעסירן מיטן זיידן פון דער אידישער ליטעראַטור וועלכער איז איר עלטער זיידע, מענדעלע מוכר ספרים. אין 1999 איז דאָ אין קעשענעוו דערשינען איר בוך אויף רוסיש מיטן נאָמען “נאַש מענדעלע” (אונדזער מענדעלע).

 עלענאַ אַבראַמאָוויטש האָט פון שלום-יעקב אַבראַמאָוויטשן בירושה באַקומען צוויי חפצים וואָס זיינען איבערגעגעבן געוואָרן פון איין דור צום אַנדערן: אַ בעכערל וואָס איז געווען באַליבט ביי מענדעלען, און אַ בראָשקע אין דער צורה פון אַ האַרף וואָס מען האָט מענדעלען אַ מתנה געשאָנקען בעת זיינער אַן אַרויסטרעטונג אין לאָדזש, אין פּוילן, ערגעץ מיט אַ יאָר הונדערט צוריק.

 ביים קעשענעווער מרא דאתרא, הרב זלמן אַבעלסקי. -- ער דערקלערט פאַרוואָס ער האַלט אַז דער “אַלגעמיינער זשורנאַל” וועט ניט אָפּדרוקן זיינע אַרטיקלען אויף אידיש

 דער איינציקער ווינקל פונעם אידישן קעשענעוו, פון די אַלע ווינקעלעך וואו מיר האָבן “אַריינגעקוקט”, וואו ס’שפּירט זיך אמתע פרייד, אויפריכטיקע דערהייבונג, אַ נשמה-יתירהדיקייט ממש, איז אין דער קהילה פונעם קעשענעווער מרא דאתרא, הרב זלמן אַבעלסקי, וועלכער איז דאָ דער שליח חב”ד שוין אַ יאָר זעכצן. אַז דאָס זאָגט אייך אַ ליטוואַק, מעגט איר בפירוש גלייבן...

 ביי ר’ זלמנען אויפן פּנים גלאַנצט יענער אייגנאַרטיקער גלאַנץ פון חסידי חב”ד וואָס זיינען אויסגעוואַקסן אונטער סטאַלינס ממשלת זדון אין סאָוועט-רוסלאַנד, און האָבן עס אַלצדינג גובר געווען, און שעפּן די עכטסטע חדווה פון אהבת ישראל און אהבת הבורא. דאָס האָט זיך אויסגעשטראַלט אַדורך די מתפּללים וואָס דאַוונען אין דער באַחנטער, אַלטער שוהל וואָס איז אַמאָליקע יאָרן געווען די שוהל פון די שטאָטישע גלעזער און איינבינדער דאָ אין קעשענעוו.

 ר’ זלמן רעדט מיטן חב”דישן אידיש פון אַמאָל: ס’איז דער ליטווישער אידיש מיט אַ צאָל שטריכן פון מזרח רייסן (וויטעבסקער און מאָלעווער געגנטן). אים קומט אויס טשיקאַווע וואָס די היגע בעסאַראַבער אידן, וואָס ריידן “טאָטע-מאָמע לושן”, רופן אים: “דער ליובאָוויטשער”. ער נעמט עס אויף מיט אַ שמייכעלע.

 ר’ זלמן דערציילט וועגן זיין זיידן ר’ ישעיה-זוסיע שו”ב, וועלכער איז געווען בוידער רב (בויד, אָדער בודסלאַוו, איז אַ שטעטעלע צו צפון-צו פון מינסק).

 ער דערמאָנט זיך אין די קינדער-יאָרן אין מאָסקווע וואו ער איז געבאָרן געוואָרן אין תרפ”ז ( 2 )179, וועגן דעם, ווי אַזוי מ’האָט זיך געדאַרפט היטן סיי פאַר דער סאָוועטישער פּאָליציי און סיי (פאַקטיש, אַ סך מער) פאַר די אידיש-סאָוועטישע מוסרים-קאָמוניסטן וועלכע זיינען להוט געווען פאַרמסרן פרומע אידן.

 ער שילדערט דעם אופן, ווי אַזוי ער איז אַנטלאָפן פון רוסלאַנד סוף תש”ו ( 4 )169, און זיינע אַלע יאָרן אין ארץ ישראל, ווען ער האָט געאַרבעט אויף צו בויען ישיבות אין די יאָרן פון בן-גוריונען און דערנאָכדעם. דער ליובאַוויטשער רבי האָט אים געשיקט זיין דער שליח אין קעשענעוו אין תשמ”ט ( 8 )199.

 ווען עס גייען אַריבער די רייד אויפן ענין “שפּראַך”, פאַרגעדענקט זיך ר’ זלמן אין דער משפּחה יעקבסאָן אין מאָסקווע. “אָט זעט איר, ר’ גרשון-בער ז”ל האָט געשטאַמט פון גרוזינער אידן און אָט ער איז געוואָרן דער שאַפער פון אַ צייטונג אויף אידיש אין אַמעריקע”.

 ר’ זלמן ווייזט אונדז טייל פון זיינע כתבים אויף רוסיש און אויף העברעאיש. פרעגן מיר אים צי ער וואָלט אויך גענומען שרייבן אויף אידיש.

 “איך וואָלט גערן אָנשרייבן אַרטיקלען אינעם ‘אַלגעמיינעם זשורנאַל’ אין ניו-יאָרק, נאָר איך האַלט אַז זיי וועלן עס ניט אָפּדרוקן. איז לאָמיר אָפּריידן אַזוי. איך וועל שרייבן פאַר דער צייטונג, בתנאי אַז איר זאָלט זיך אָננעמען פאַר דעם, מען זאָל דרוקן, טאָמער וועלן זיי אָפּזאָגן”.

 בלייבנדיק אַ געפּלעפטער, נשתומם ממש פון די רייד, נעם איך פרעגן פאַרוואָס מ’זאָל ניט דרוקן די אַרטיקלען פון אַזאַ חשובן רב?

 “ווייל איך בין אַ משיחיסט. אין בין געווען דער ערשטער משיחיסט נאָך אין יאָר תש”י ( 5 )109. איך בין זיכער אַז דער ליובאַוויטשער רבי איז משיח און איך וועל דאָס באַווייזן מיט פעסטע ראיות. און עס אַרט מיר גאָרניט, אַז אַ צווייטער וועט ענטפערן און זאָגן פאַרקערט. עס אַרט מיר גאָרניט טאָמער וועט מיר עמיצער אַטאַקירן. מען האָט מיר שוין גערופן אַלצדינג אין דער וועלט צוליב מיינע מיינונגען, איז וואָסי-שייך?”

 מיר לאָזן זיך אַריין אין אַ לענגערער, פריינטלעכער דיסקוסיע וועגן די פּרטים פון דעם רבס משיחיזם, און דער סוף איז, אַז ס’איז גאָר ניט דאָס, וואָס דער עולם מיינט. נאָר וועגן דעם אַלעמען שווייגן מיר איצט אונטער, פּתח שין שאַ, ווייל מיר ווילן, אַז ער זאָל דאָס אַליין דערקלערן אין די אַרטיקלען וואָס ער וועט מירצעשעם אָנשרייבן אויף אידיש פאַרן “זשורנאַל” און צושיקן פון קעשענעוו...

 ביים געזעגענען זיך, פרעגן מיר, צי וואָלט דער רב אפשר אַ בעלן געווען קומען אין ווילנע האַלטן אויף אידיש לעקציעס וועגן דער געשיכטע פון רעליגיעזן אידנטום אונטער די קאָמוניסטן אין רוסלאַנד?

 ער ענטפערט, אַז ס’וואָלט אַפילו געווען אַן איינפאַל, נאָר אים איז שווער, זייער שווער, איבערלאָזן אַפילו אויף אַ פּאָר טעג זיין עדה אין קעשענעוו.

 “פאַרשטייט איר מיר, איך וואָלט נאָך היינט געוואָלט אַוועקפאָרן אין ארץ ישראל, אָבער איך האָב אַ שליחות. און מיין שליחות איז צו בלייבן מיט אונדזערע אידן דאָ אין קעשענעוו”. . .

טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 28, 2005
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations